רעדן:אהרן טייטלבוים
פֿון װיקיפּעדיע
[בעאַרבעטן] נייער מוסטער?
אלץ ווייסער האט געוואלט דא מאכן א מוסטער פאר רבנים. מסתם איז טאקע א גוטע איידיע פון אזא מוסטער וואס זאל ווארענען דעם עולם אז מען זאל נוהג כבוד זיין מער ווייל די אישו איז א רב. איך ווייס אבער נישט וויאזוי מען מאכט א נייעם מוסטער, רוני וועט בעסער וויסן--יודל 21:22, 1 מאַרץ 2006 (UTC)
- איך מיין אז עס איז נישט וויכטיג אזא מוסטער, אבער אויף יעדנפאל כדי צו מאכן א מוסטער, שרייבסטו ביים זוכן קעסטל: מוסטער:XXX. נאכער שטעלסטו אויס דער מוסטער. אויב דו ווייסט נישט ווי אזוי צו אויסשטעלן, קענסטו זיך נוצן מיט אנדערע מוסטערן. וו.צ.ב. גיי אריין אין מוסטער איבערשרייבן, און קאפיר די טאבעלע, און טויש נאר די ווערטער. אויך איז כדאי צו טוישן קאלירן, וואס דאס מאכט מען מיטן בייטן די נומערן #FFFFF. ►רוני◄ 21:26, 1 מאַרץ 2006 (UTC)
[בעאַרבעטן] ער באטראכט אין מקווה?
"ער באטראכט אין מקווה יעדן איינעם איבערהויפט אינגע בחורים במקום הערווה" ווי קען מען וויסן אזא זאך? איך קען מיך נישט אויס מיט די סאטמאר פאליטיק, אבער איך מיין אז דאס איז הוצאת שם רע לבטלה. ►רוני◄ 11:36, 19 מײַ 2006 (UTC)
- ס'איז אמת אז כ'ווייס נישט ווי אזוי מען ווייסט דאס און אפשר זאל מען דאס טאקע ארויסנעמען, אבער כ'האב געזען ווי ער האט ארויסגענומען די מעשה פון ראבער אויך, דערפאר האב איך צוריקגעדרייט, אגב אויף אים קען זיין אז עס איז הוצאת שם רע, אבער עס איז נישט לבטלה, אסאך זאגן אז עס קומט זיך אים ערגערס.--שמאלץ 11:52, 19 מײַ 2006 (UTC)
- מען קען נישט מאכן פשט'לאך פון וועגן וואס ער קוקט ווו ►רוני◄ 12:55, 19 מײַ 2006 (UTC)
ביידע טענות, מקווה און ראבער, זענען בלויזע קלאנגן, און ווארשיינליך פאבריצירט דורוך זיינע שונאים. עס איז לגמרי אין סתירה פון וויקיפעדיע דאס צו פארקערפערן און אן ארטיקל. יעדעס ביסל אינפארמאציע ברויך קענען ווערן באשטעטיקט דורוך א מקור מיט א רעפוטאציע. ווער עס קאן זאל דאס אויסמעקן.
- שוין לאנג אויסגעמעקט. ►רוני◄ 21:18, 19 מײַ 2006 (UTC)
- נישט די ראבער חלק.--דירעקטאר 21:54, 19 מײַ 2006 (UTC)
- די ראבער חלק איז אמת ויציב, כ'האב עס מברר געווען איבער שבת ביי מער ווי איין סאטמאר אידעל. --שמאלץ 18:49, 20 מײַ 2006 (UTC)
- איך שטים מיט אז דער ראבער חלק איז אמת און אן אנגענומענער היסטאריע. אבער מיין שאלה איז פארוואס האט מען באשלאסן אויסצומעקן דעם מקווה פאקט אז ער קוקט יעדן אן און באטראכט לאנג יעדן נאקעטן בחורי פאר לאנגע שעות במשעך פרייטיג ווען די אידישע וועלט איז פארנומען מיט ערב שבת צוגרייטונגען זיצט ער דארטן אין זעטיגט זיך זיין אויג. דאס לייקענט דאך אויך קיינער נישט. איך מיין אז סאיז געווען זייער אביעקטיוו באשריבן מיטן תירוץ פון זיינע חסידים. איז פארוואס מעקט מען זאכן וואס זענען אמת, קיינער, על כל פנים קיין איין איינגעשריבענער באנוצער האט דאך דאס נישט פארלייקענט איז אלזא פארוואס מעקן?--מאשקע 15:08, 21 מײַ 2006 (UTC)
- אפדעיט: איך האב דאס צוריק געשטעלעט און איך בעט רוני זאל דאס נישט ווידער אויסמעקן נאר אויב איינער וואס איז איינגעשריבן מיט א רעפוטאציע (מער פון 4 טעג) אז ער מיינט די טובה פון אמת און נישט פון זיין פארטיי, זאגט אז דאס איז שקר.--מאשקע 15:11, 21 מײַ 2006 (UTC)
איך האב עס אראפגענומען. עס איז מיאוס און קינדעריש. איך האב נישט קיין שום שייכות מיט סאטמאר, אבער צו שרייבן אזא זאך אויף סיי וועמען אן א קראנטע מקור איז אסור ע"פ תורה און לויטן געזעץ. --קאצקער 20:38, 5 יוני 2006 (UTC)
- זייער גוט, דאס האט טאקע נישט קיין זינען. ►רוני◄ 20:51, 5 יוני 2006 (UTC)
איך בין נייגעריק אויב אויף די ענגלישע ווערסיע וועט מען צולאזן צו לייגן די פאלגענדע: (זאל עס איינער אויספרובירן)
Rabbi Aron regularly sits in the Mikvah (Jewish ritual bath) and stares at young teenagers penises to satisfy his sexual indulgence, his supporters claim that he does it to ensure that Jewish people are properly and Kosher circumcised.
- מען האט דאס טאקע אראפגענומען. --שמאלץ 00:18, 8 יוני 2006 (UTC)
-
- if this is true, and only IF, then nobody is allowed to delete it. The issue is how do we proof that? the fact of the matter is thousands of people have seen him do this, because this is not reported YET, does not make it untrue. but it sure renders it unprintable for Wikipedia. And time will meet up to every pervert in the world, one by one, the proof on this will someday be available. but only for now lets leave it erased--משה 11:06, 8 יוני 2006 (UTC).
-
-
- נישט באנוצער:געוואלד, נישט באנוצער:רוני, נישט באנוצער:קאצקער, און קיינער נישט וואס געפינט זיך מער ווי פיר טעג דא האט געזאגט אז דאס איז ליגענט, אלזא פארוואס לאזן אויסגעמעקט? ווייל אונזער צייטונגען באריכטן דאס נישט? זיי האבן דען באריכטעט אז רייען קארבן אדער אז ביל קלינטאן אדער אז פאפא רבי פון ב.פ. האבן זיך מודה געווען ווען מ'האט זיי געכאפט מיט די הויזן ארונטער? ניין! מיר קענען נישט ווארטן אויף אונזערע אידישע קארופטירטע צייטונגען זאלן דאס קודם באריכטן. און די גויאישע צייטונגען גייען דאך נישט אין מקווה. איך גיי אין מקווה אין איך קען אייך זאגן אז דאס איז אמת ויציב יעדער איינער פון מיינע חברים האט דאס געזען און איז וויליג צו זאגן עדות פובליקלי דערוועגן, אלזא פארוואס מעקן אויב קיינער זאגט נישט אז דאס איז ליגענט. ער איז דאך א פובליק פירער פון טויזענטע מענטשען, איך טויש דאס צוריק ווילאנג איינער זאגט נישט אז דאס איז נישט ריכטיג זאל דאס קיינער נישט רירן.--מאשקע 11:15, 8 יוני 2006 (UTC)
-
די מעשה הייבט זיך נישט אן, קיינער אין סאטמאר ווייסט נישט דערפין צו זאגן, דערווייל זענען בלויז אפאר וויקיפידיע ניקס אויפגעקומען דערמיט, ער גייט מיטאמאל אין מקוה אין פובליק, איבערהויפט יעצט ווען ער איז שוין געווארן רבי.--געוואלד 18:47, 13 יוני 2006 (UTC)
- האסט געפרעגט איינער וואס איז נישט קיין ארוני אויך? איך ווייס איינער וואס פלעגט דאס אליינס זעהן אבער וויבאלד יענער איז א זאלי קען איך נישט דאס באשטעטיגן אויף זיכער. אבער כדי דאס מברר זיין ביטע פרעג אן איינער וואס וואונט אין מאנרוי און ער איז נישט קיין זאלי און נישט קיין ארוני. מען זאל קענען מעקן. הקיצור אינו יודע אינו ראי' איבעהויפט אז באנוצער שרייען חיי וקים אז זיי האבן דאס אליינס געזען. ביטע טו צו דער זאך און זיי מברר --Zali 18:53, 13 יוני 2006 (UTC)
-
- נאכאמאל, מיטן פולן קראנטקייט, עס איז ליגנט. עס איז גענוג א קאנטרעווערסיעלע פאסירונג, אז ווילאנג די זאך איז נישט 100% קונפורמירט קען מען עס נישט ארויפלייגן.--געוואלד 21:24, 13 יוני 2006 (UTC)
-
-
- איך וואלט נישט געמעקט אויף דיין ווארט, ווייל למעשה אחוץ באשטעטיגן אז דאס איז ליגענט זעה איך נישט גארנישט אונטער דיין נאמען אין וויקיפידיע, אבער אז דו שווערסט דיך ביים גענאק אז דאס איז ליגענט מעק און לאזן מיר זעהן וואס די חברה וואס שרייען פארקערט וועלן טאן.--Zali 21:28, 13 יוני 2006 (UTC)
-
-
-
-
- ווען עס קומט צו קריאזע און קאנטראווערסיעלע געשיכטע ווי דאס אז ר' אהרן טייטלבוים זיצט אין מקוה און באטראכט נאקעטע מענטשן, איז זעלבסטפארשטענדליך אז עס ליגט אויפן שרייבער עס צו קאראבעראטירן, נישט דער מעקער, עס איז פונקט ווי איינער זאל קומען מיט א מעשה אז בעלזער רבי ברעכט זיך איין אין הייזער יעדע נאכט מיט א ביקס און באראבעוועט מענטשן רעכטס אויף לינקס, און ווילאנג קיינער לייקענט עס נישט טאר מען עס נישט מעקן, יעדער אין סאטמאר ווייסט אז דאס איז א שמוציגע הוצאת שם רע אויף א רבי פון חסידישע אידן.--געוואלד 22:04, 13 יוני 2006 (UTC)
-
-
-
-
-
-
- איינברעכן מיט א ביקס אינמיטן נאכט ווערט מען געכאפט און ארעסטירט קען מען פארלאנגן ראיות, אבער קוקן אויף מקום הערווה אין מקווה ווערט מען נישט ארעסטירט און קיינער שרייבט נישט דערוועגן איז אלזא וויאזוי פארלאנגסטו אז דער שרייבער זאל א ראי' ברענגן? ממילא ווען דו זאגסט פארקערט אז עס איז נישט אמת ווייל דו האסט אליינס געזעהן אדער געהערט פון איינער וואס האט אים געזען פארשטיי איך אז מען מוז דאס אויסמעקן אבער ווילאנג דו אליינס שרייבסט אז דו האסט נישט געקענט באשטעטיגען פארקערט. פארוואס מעקסטו?--Zali 22:13, 13 יוני 2006 (UTC)
-
-
-
[בעאַרבעטן] דער ארטיקל איז געלייגט אויף א סאטמאר הייד פארק פארום
פאר ווער עס וואונדערט זיך וואס איז דא געשען פלוצלינג, אז מען ענדערט און פארעכט אהין און צוריק. חדשות סאטמאר
[בעאַרבעטן] איז דער ארטיקל פארשלאסן?
איך קען דא גארנישט פארעכטן אדער ענדערן פארוואס שטייט נישט אז דאס איז פארשלאסן?--Zali 23:05, 26 מײַ 2006 (UTC)
[בעאַרבעטן] וואס מיינט דאס זשאוקט?
"ער זשאוקט ארום מיט יעדן איינעם כאילו ער איז א פשטן." ►רוני◄ 21:30, 13 יוני 2006 (UTC)
- מיט א צען יאר צוריק ווען איך האב געלערנט אין זיין ישיבה איז דאס געווען זיין שטייגער זיך צו דרייען צווישן די בחורים און זיך ווערטעלען אין אמעריקע הייסט דאס זשאוקן. אויך איז דאס זייער מאדנע פאר א רב פון אזויפיל חסידים זיך צו רעדן דברים בטלים מיט אינגע בחורים. און די חסידים זאגן אז דאס איז גאר א גרויסע מעלה ווייל דאס צייגט אויף עניוות און פשטות א מדה וואס נאר א גיבור אדער א שוטה קענען זיך פירן--Zali 21:33, 13 יוני 2006 (UTC)
- ביסטו מרמז אז ער האט א געוויסע אנדערע מיינונג דערהינען? ►רוני◄ 21:50, 13 יוני 2006 (UTC)
- איך רעדט דא גארנישט ברמז, איך האב אפען קלאר גערדט זאג מיר וואס ביטע דו פארשטייסט נישט וועל איך מסביר זיין.--Zali 21:52, 13 יוני 2006 (UTC)
- ביסטו מרמז אז ער האט א געוויסע אנדערע מיינונג דערהינען? ►רוני◄ 21:50, 13 יוני 2006 (UTC)
[בעאַרבעטן] דער ארטיקל איז אפגעשפארט פאר יעדן
באנוצער רוני האט אביוזד זיינע סיסאפ רעכטן יעדן איינעם אויסצושפארן. יעדער איינער זאל אים געבן א ווארענונג און אז טאמער ער מאכט זיך נישט וויסענדיג זאל מען אים אוועק נעמען די סיסאפ רעכטן, דאס איז א פארברעך וואס טאר נישט דערלאזט ווערן.
ס'איז קיינעם קיין נפקא מינה ווי שטארק ער האט צוגעגעבן צום וויקיפעדיע וואוקס אויב נוצט ער זיינע העכערע רעכטן שלא כדין איז ער א פארגאנגעהייט.
רוני, איך געב דיר 3 שעה אויב דו ציעסט נישט צוריק גיי איך קאמפלעינען אויף העכערע פון דיר מען זאל דיר דאס אוועק נעמען די סיסאפ רעכטן.--זאלי 14:38, 14 יוני 2006 (UTC)
-
-
- פארוואס שרעקסטו אָן? מ'האט שוין דא עטליכע מאל פארשלאסן ארטיקלען. די מעגליכקייט צו פארשליסן ארטיקלען איז געמאכט געווארן צו דאס צומאלן ניצן. אויב די מעשה פון מקווה איז קעגן וויקיפעדיעס דורכפירונגען, און איינגעשריבענע באנוצערס לייגן דאס אימער ווידער צוריק איז דאס א נארמאלע אקט צו פארשפארן די ארטיקל אויף א וויילע ביז דער אקטער וועט ווערן רוהיג. איך שרעק מיך נישט פון א זעלכע ווארונגען. די וויקיפעדיע איז אן אפענע פראיעקט, און דו קענסט אימער קאפירן די פארשלאסענע ארטיקל און דאס באארבעטן אונטער אן אנדער קעפל, און נאכער איר פארשלאגן צו אקטואליזירן. איינע פון מיינע ארבייט איז צו היטן די וויקיפעדיע פון שטערעריי, און איך מעג מאכן אזוינע פארשטענדליכע אקציעס. און אגב דו האסט דא נאר היינט אנגעהויבן צו שרייבן, און דיינע שרייבאכצער זיינען נאר אין רעדן בלעטער. ביטע נעם דיך א וויילע און פראביר פריער צו פארשטיין וואס גייט דא פאר. איך ווייס אז דו האסט זיך צוריקגעקערט פון דיינע רייד, אבער איך זעה נאר א צינד וואס דו האסט דא געשריבן, און איך האב געמוסט ענטפערן דערפון. ►רוני◄ 20:27, 14 יוני 2006 (UTC)
-
-
- באונצער רוני האט דאס שוין פאראכטן און געפענט אפאר שעה דערויף--זאלי 19:56, 14 יוני 2006 (UTC)
יא ער האט געפענט, און יעצט קוק וואס איז געשען, א בהמה האט זיך אריינגערוקט און קוק וואס ער האט אנגעדרייט, דו ביזט אביסל צו ווילד לעצטנס.--מענטשעלע 19:58, 14 יוני 2006 (UTC)
סארי, איך האב געזען די אהרן טייטעלבוים ארטיקל, און פארטוישט מיט אהרן טייטלבוים--מענטשעלע 20:00, 14 יוני 2006 (UTC)
- וואס איז געוועזן דיין טעות? ►רוני◄ 20:47, 14 יוני 2006 (UTC)
איך האב געזען דעם ארטיקל אהרן טייטעלבוים מיט אן ע נאך די צווייטע ט' און איך האב מיך דערשראקן אז איינער האט סתם געמעקט.--מענטשעלע 20:52, 14 יוני 2006 (UTC)
איך זע אבער אז מען האט עס שוין געמאכט פאר איין ארטיקל--מענטשעלע 20:53, 14 יוני 2006 (UTC)
[בעאַרבעטן] איבערטייטשונג פון די ענגלישע ווערסיע
איך מיין אז עס איז אינטערסאנט צו זעהן די ענגלישע ווערסיע, און זעהן וואס מ'קען שנובלען פין דארט עפעס אינפארמאטיוו
[[1]]
דא הייב איך אן:
ר' אהרן טייטלבוים (געבוירן תש"ח) איז א קאנדידאט פאר רבי אין סאטמאר, און איז די רב פון סאטמאר אין קרית יואל, נו יארק. ער איז דער עלצטער זוהן פון ר' משה טייטלבוים, דער לעצטער סאטמאר רבי פון וויליאמסבורג, ברוקלין, וואס איז א ברודער-קינד פון דעם ערשטן סאטמאר רבי, ר' יואל טייטלבוים, וואס האט געגרינדעט די שטעטל קרית יואל און די שטאט מאנרא, נו יארק. רב טייטלבוים איז דער איידעם פון ר' משה יושע האגער, דער וויזניצער רבי אין בני ברק.
ר' אהרן טייטלבוים האט שוין אפגעשריבן מערערע ספרי חידושי תורה אויף תורה אין ש"ס. איבער 15 בענדער פון זיינע חידושים זענען שוין געדריקט געווארן. ר' אהרן איז אויפגענומען געווארן אלס רב פון די סאטמארע קהלה אין קרית יואל אים יאר תשמ"ד. פאר דעם איז ער געווען רב אין קהל עצי חיים ד'סיגוט אין וויליאמסבורג נו יארק. ער איז אויך איצט דער ראש הישיבה פון דעם ארטיגן ישיבה. ער איז פארעכנט אין א געוויסן זין צו זיין א "בעל מחדש" אין די פרומע וועלט, א זאך וואס זיינע חסידים קוקן עס אלס א פאזיטיווער כשרון, פארגלייכענדיג איהם צו זיין עלטער-פעטער ר' יואל טייטלבוים. ווידער, זיינע קעגענערס באשולדיגן איהם אז ער טוט זיך אפזונדערן צו ווייט פון די סאטמארע ארגינעלע שיטה. טייל גייען אזוי ווייט אז זיי באשולדיגן ר' אהרן אז ער טוט בכוונה צוברעכן די קשר פון סאטמאר און די איבעריגע חסידישע וועלט, וואס זיינע חסידים לייקענען עס שטארק אפ.
ר' אהרן איז אויך אפגעמאלן געווארן דורך זיינע שונאים צו זיין מער פאליטיש נאכגעבעדיג אין פרומקייטן, אין פארגלייך צו אסאך סאטמארע, וואס ווערט פארעכנט אלס די פרומסטע חסידות אין די פרומע וועלט. ר' אהרן'ס שווער, די וויזניצער רבי פון בני ברק, נעמט אן א מער גרינגערע שטעלונג בנוגע מדינת ישראל און ציוניזם (כאטשיג ער טוט עס נישט אנערקענען), ער נעמט געלט פון די רעגירונג, נעמט אנטייל אין די בחירות, ער שיקט זיינע חסידים צו שטימן און זיך אנשליסן אין די פירערשאפט ביינאזאם מיט אנדערע פרומע חסידות'ן צו זיין א חלק פון די אגודת ישראל אפטיילונג פון די יהדות התורה פארטיי. בנוסף, איז ר' אהרן'ס ווייב מחונך געווארן אין בית יעקב שולע אין בני ברק, וואס פירט זיך טאקע לויט חסידישע מנהגים, אבער לערנט אויך אין עברית ( אין ארץ ישראל, זייערע אסאך בית יעקב קלאס'ן לערנט מען בלויז אין עברית). די אלע אויוונדערמאנטע זאכן ברענגט צו א שטארקע חשד אין ר' אהרן פאזיציע איבער ציוניזם אין די אויגן פון א טייל סאטמארע וואס האלטן זיך פרומער. נאך די פטירה פון ר' משה טייטלבוים, א באריכטער פון די זאלונישע צייטונג, דער איד, האט קאמענטירט צו די דשערוזעלעם פאוסט אז "ר' אהרן איז נישט ראוי צו זיין דער קומענדיגער סאטמארע רבי ווייל ער האט געבראכן די סאטמארע תקנה קעגן רעדן עברית אינדערהיים...נאכן הסתלקות פון אונזער רבין וועלן מיר ווייטער פלאטערן די אנטי-ציוניזם פאן. דאס איז איינע פון אונזערע עיקר צילן".
זיינע חסידים, פון די אנדערע זייט, צייגן אן אז זייט תש"מ, ווען זיין טאטע איז אויפגענומען געווארן צו ממלא מקום זיין ר' יואל טייטלבוים, איז ר' אהרן געווארן די מערסטע פראמינענסטע קול קעגן ציונים, סיי ביי אינערליכע אסיפות און סיי דעמאנסטראציעס קעגן די מדינה אין נו יארק און אין וואשינגטאן. זיין באקאנטע אנטי-ציוניזים דרשה ענהאלט א דרשה וואס ער האט געהאלטן אין בני ברק זומער תשנ"ד, ווי ער האט ספעציפיש אויסגעברענגט די סאטמארע שיטה קעגן רעדן עברית. זיין טאטע האט אויך זיך געהאלטן ביי דעם אז די קשר מיט ר' אהרן'ס משפחה מיט אגודת ישראל וועט נישט אפשוואכן זיין אנטי-ציוניזם פאזיציע.
TO BE CONTINUED --געוואלד 23:10, 14 יוני 2006 (UTC)
- סאיז ממש א שאד די צייט און דיין טאלאנט אנשטאט אהער ברענגן דא אין רעדן בלאט פארוואס גייסטו נישט סטרעיט און פארעכסט דעם ארטיקל.--קרעכמער 11:19, 15 יוני 2006 (UTC)
דא ווייטער:
ר' אהרן איז איצט פארמישט אין א סיכסוך מיט זיין אינגערע ברודער ר' זלמן לייב טייטלבוים איבער ווער עס זאל זיין דער ממלא מקום פון זיין טאטע אין אנפירן די אלטוועלטליכע סאטמארע חסידות. טייל פון ר' אהרן'ס חסידים אין וויליאמסבורג, זייט זיי זענען ארויסגעשטעלט געווארן פון זייער קהלה פירערשאפט אמט, האבן זיי לעצטנס פארלאנגט פון די געריכט צו צוריק באקומען זייער אלטע אוטאריטעט. אנדערע חסידים פון ר' אהרן זענען אויך געווען פארמישט אין א געריכטליכע קריגעריי מיט די זאלונים פראבירענדיג צו איבערנעמען די שליטה איבער געוויסע סאטמארע שטחים. מיט געריכט באשליסן וואס גייט אהין און צוריק, איז נאך אלס זייער אומקלאר ווי אזוי דער סיכסוך וועט זיך מעגליך אויסלאזן. דערווייל, ביידע ברודערס גייען ווייטער אן צו בויען און פארשטערקערן זייער אייגענע קהילות און מוסדות.
תיכף נאך די פטירה פון דעם פריערדיגן רבי ז"ל, ניסן תשס"ו, האבן די חסידים פון ביידע זייטן פראקלאמירט אז זייער אויסדערוועלטער רבי, איז לויט די צוואה פון ר' משה טייטלבוים דער ממלא מקום פון זיין טאטע. צום ערשט האבן די אהרונים געזאגט אז זיי האבן א צוואה בעל פה, פון יאר תשנ"ו, ווי דער רבי האט איבערגעגעבן די הנהגה פאר ר' אהרן, דאס איז שפעטער אנאנסירט געווארן דורך ר' הירצקא צוויבל, דער ראש הכולל פון דער סאטמארער כולל אויף קליימער סטריט, וואס לויט זיין עדות'שאפט איז ער געווען דער איש מיהאמן, מיט וועם דער רבי האט זיך דורכגעשמועסט האקעלע און וויכטיגע עדות'שאפטן. רב צוויבל האט פארגעליינט די צוואה ברבים ביי א גרויסע כינוס פון אהרונים אין וויליאמסבורג. די עדותשאפט איז שפעטער קאראבארירט געווארן ביי מערערע יחידים, ר' ארי' לייב גלאנץ און ר' ישרא' חיים הורוויץ, דער סאטמארע רב אין מאנטשעסטער. פון די אנדערע זייט, אן עפענטליכער פארליינונג פון א שפעטערע ווערסיע פון די צוואה, טוט באשטעטיגן אז ר' משה האט בוחר געווען ר' זלמן לייב צו זיין זיין נאכפאלגער. די אהרונים שלאגן דאס אפ זאגענדיג אז עס איז זייער שטארק מעגליך אז דער רבי האט געליטן פון נאכווייען פון די אלצהיימערס מחלה בשעת ער האט דאס אינטערגעשריבן, און אויך אז ער איז פארפירט געווארן מיט געוואלד דורך זיינע גבאים, בפרטיות ר' משה פרידמאן. אויך געבן זיי צו אז די תשנ"ו צוואה טוט באשטעטיגן אז אלע נאכפאלגענדע ווערסיע'ס פון א צוואה זאל נישט האבן קיין שום תוקף, ווייל ר' משה טייטלבוים (דאמאלטס אכציג יאר אלט) האט געהאלטן - לויט די אהרונים - בשיטה אז איינער העכער אכציג יאר איז מער נישט ראוי צו טוישן א צוואה, ווי אזוי דער רבי האט געהאלטן ע"פ הלכה.
די נייערע, געשריבענע צוואה, פון תשס"ב, איז פארגליינט געווארן ביי די הכתרה פון ר' זלמן לייב אין דעם רבי'נס הויז אין וויליאמסבורג, כ"ח ניסן נאכמיטאג, (צוויי טאג נאך די פטירה). ר' זלמן לייב האט שפעטער באקומען די שטיצע פון די סאטמארע בי"ד אין וויליאמסבורג, וואס האבן אלע מסכים געווען צו די פארגעליינטע צוואה און האבן איהם געקרוינט אלס דער לעגיטימער ממלא מקום. די קריטיקיגער פון ר' זלמן לייב צייגן אן אז דער אזוי גערופענער "בי"ד פון וויליאמבורג" איז א שטארקע זאלונישע בי"ד, ממילא איז דאס קיין שום חידוש, און עס ווערט נישט פארעכנט אלס אטוריטעטיוו ביי אלע סאטמארע חסידים.
המשך יבוא (איך בין כמעט פארטיג)--געוואלד 16:02, 15 יוני 2006 (UTC)
[בעאַרבעטן] איז פאסיג צו קאפירן אין רעדן בלאט גאנצעטע ארטיקל פון ענגלישן?
-
- סאיז צום וואונדערן דיין שווערע ארבייט אנשטאט טאן צו דער זאך און קאפירן אין גוף הארטיקל פילסט אן דעם רעדן בלאט מיט לאנגע דרשות וואס איז דאפעלטע ארטיקלן, אפשר גייסטו אין אלע ארטיקלן פון אידישען וויקיפעדיע און קאפירסט אלעס פון ענגלישן און די רעדן בלעטער. איך פארשטיי באמת נישט דיין דאפעלטע שווערע ארבייט.
לידיעתך איז דא אזא מין זאך "אנדערע שפראכן" דהיינו א לינק אין גוף הארטיקל צו די זעלבער נושא אין אנדערע וויקיפעדיעס.
אחוץ אז דו ווילסט אונז צעדרייט מאכן זעה איך נישטא נאך א ציל אין דעם.--קרעכמער 16:08, 15 יוני 2006 (UTC)
- מיין פלאן איז צו פערטיגן די גאנצע ארטיקל און עווענטועל דורכשמועסן מיטן עולם וואס ארויפצולייגן אויפן ארטיקל זעלבסט, איך מאך עס נאר על דעת דעם, איך גלייב אז דער ציבור איז אפען דערצו, איך האלט אז דער ענגלישער ווערסיע איז מער אביעקטיוו און אינפארמטיוו--געוואלד 16:22, 15 יוני 2006 (UTC)
לדעתי טוט באנוצער:געוואלד א גוטע זאך. עס איז דא אסאך וואס מיר קענען זיך לערנען פון די ענגלישע, עס איז קלאר און פראפעסיאנאל באשריבן. עס איז כדאי דורכצוקוקן אויב עס איז דא חלקים וואס וואלטן זיך דא אריינגעפאסט. אויב האלטסטו עס האט נישט וואס צוצוגעבן, מאך זיך נישט וויסנדיג דערפון און גיי ווייטער. אויפ'ן רעדן בלאט האט קיינער נישט קיין בעלות. און געדענק דעם וויקיפעדיע יסוד: נעם אן אז יענער וויל העלפן, און פיר זיך אויף ציוויל. --קאצקער 16:26, 15 יוני 2006 (UTC)
-
- קאצקער דו לויפסט ארום די לעצטע פאר טעג אונז באשמוצן אויף קטלא קניא'ס וועב זייטל און דא אויפן געמיינדע בלאט, מיט הונדערטע מאל איבערחזרן ענגליש וויקיפעדיע. ענגליש וויקיפעדיע. מיר האבן דיך געהערט איינמאל און דו דארפסט פארשטיין אז העצן די וועלט קעגן אידישע וויקיפעדיע שיסט דו דיך אליינס אין די פוס. איך באשולדיג דא אז דער באנוצער וואס האט געקאפיט אהער די ענגלישע ווערסיע האט די זעלבע כוונה ווי דו ער וויל פשוט פארשעמען און העצן דעם עולם זאל איבערלאזן אידישע וויקיפעדיע און גיין נאר צו די ענגלישע, דעריבער קענסטו מיר נישט איינטיילן איך זאל נישט זיין דרייסט און נישט זאגן אפען פארן עולם די באהאלטענע אגענדע און דער איינציגסטער נארמאלער סיבה פארוואס א מענטש זאל זיך מוטשען און מוטשען הונדערטע ווערטער אפצוטייפן פון ענגליש אויף יידיש אין א רעדן בלאט, ווען דער עיקר איז דאך דער ארטיקל, און קיינער קען אים נישט שטערן פון פארברייטערן דעם ארטיקל לויט די געזעצן פון אלע וויקיפעדיעס, און זיין תירוץ אז דער ענגלישער וויקיפעדיע דערלאזט דאס און יענץ איז נישט גילטיג ווייל יעדע זאך אין אלע וויקיפעדיעס ביז מען באמערקט בלייבט דאס דער רגע וואס איינער באמערקט ווערט דאס פאראכטן אין ענגלישן אבער מאכט זיך אז מען זאל נישט קוקן אזוי ווייט אויפן ארטיקל ווייל דאס איז נישט דארטן אזוי פראמינעט ווי אין אידישן. סא האסטו גארנישט פון אהער קאפיען דעם ענגלישן און אנפילן דעם רעדן בלאט מיט טויזענטע אונייטיגע ווערטער ביזן תהום אוואדאי מעגסטו עס טאן אבער איך וועל דיר עס נישט לאזן טאן אן אנווייזן פאר יעדן דיין בייזוויליגע כוונה אין דעם. כדי דיין וואנדאליזם זאל גרינג קענען זיך דערקענען לכשיבוא יום הדין שלך.--קרעכמער 16:39, 15 יוני 2006 (UTC)
- איך קען נאר רעדן פאר מיר, קאצקער וועט מוזן רעדן פאר זיך. קרעכמער, דער ציל מיין איבערזעצונג איז נישט פארן "רעדן" בלאט, אויסדריקלעך נישט, איך לייג עס נאר "פריוויזאריש" ארויף דא אין נאכדעם וועל איך עס טראנספערירן צום ארטיקל זעלבסט, און בנוגע די טענה אז מ'זוכט צו סאבאטאזשירן די אידישע וויקיפידיע, זאג איך אייך גלייבטס מיר בנאמנות, אז איך האב נישט קיין שום אגענדע ווי בלויז צו פארשנערערן די ארטיקל.--געוואלד 16:53, 15 יוני 2006 (UTC)
- אויב וועסטו האלטן ווארט אין דאס אראפנעמען לבסוף וועט למפרע קלאר ווערן אז מיינע פארדאכטן זענען געווען פארענויע, דערווייל קען איך נישט פארשטיין די ציל דערפון און איך שפיר אז עפעס שמעקט נישטא גוט מכוח וואס איך האב פריער ערווענט.--קרעכמער 17:15, 15 יוני 2006 (UTC)
- איך קען נאר רעדן פאר מיר, קאצקער וועט מוזן רעדן פאר זיך. קרעכמער, דער ציל מיין איבערזעצונג איז נישט פארן "רעדן" בלאט, אויסדריקלעך נישט, איך לייג עס נאר "פריוויזאריש" ארויף דא אין נאכדעם וועל איך עס טראנספערירן צום ארטיקל זעלבסט, און בנוגע די טענה אז מ'זוכט צו סאבאטאזשירן די אידישע וויקיפידיע, זאג איך אייך גלייבטס מיר בנאמנות, אז איך האב נישט קיין שום אגענדע ווי בלויז צו פארשנערערן די ארטיקל.--געוואלד 16:53, 15 יוני 2006 (UTC)
- קאצקער דו לויפסט ארום די לעצטע פאר טעג אונז באשמוצן אויף קטלא קניא'ס וועב זייטל און דא אויפן געמיינדע בלאט, מיט הונדערטע מאל איבערחזרן ענגליש וויקיפעדיע. ענגליש וויקיפעדיע. מיר האבן דיך געהערט איינמאל און דו דארפסט פארשטיין אז העצן די וועלט קעגן אידישע וויקיפעדיע שיסט דו דיך אליינס אין די פוס. איך באשולדיג דא אז דער באנוצער וואס האט געקאפיט אהער די ענגלישע ווערסיע האט די זעלבע כוונה ווי דו ער וויל פשוט פארשעמען און העצן דעם עולם זאל איבערלאזן אידישע וויקיפעדיע און גיין נאר צו די ענגלישע, דעריבער קענסטו מיר נישט איינטיילן איך זאל נישט זיין דרייסט און נישט זאגן אפען פארן עולם די באהאלטענע אגענדע און דער איינציגסטער נארמאלער סיבה פארוואס א מענטש זאל זיך מוטשען און מוטשען הונדערטע ווערטער אפצוטייפן פון ענגליש אויף יידיש אין א רעדן בלאט, ווען דער עיקר איז דאך דער ארטיקל, און קיינער קען אים נישט שטערן פון פארברייטערן דעם ארטיקל לויט די געזעצן פון אלע וויקיפעדיעס, און זיין תירוץ אז דער ענגלישער וויקיפעדיע דערלאזט דאס און יענץ איז נישט גילטיג ווייל יעדע זאך אין אלע וויקיפעדיעס ביז מען באמערקט בלייבט דאס דער רגע וואס איינער באמערקט ווערט דאס פאראכטן אין ענגלישן אבער מאכט זיך אז מען זאל נישט קוקן אזוי ווייט אויפן ארטיקל ווייל דאס איז נישט דארטן אזוי פראמינעט ווי אין אידישן. סא האסטו גארנישט פון אהער קאפיען דעם ענגלישן און אנפילן דעם רעדן בלאט מיט טויזענטע אונייטיגע ווערטער ביזן תהום אוואדאי מעגסטו עס טאן אבער איך וועל דיר עס נישט לאזן טאן אן אנווייזן פאר יעדן דיין בייזוויליגע כוונה אין דעם. כדי דיין וואנדאליזם זאל גרינג קענען זיך דערקענען לכשיבוא יום הדין שלך.--קרעכמער 16:39, 15 יוני 2006 (UTC)
געוואלג, טוסט א געוואלדיגע זאך, מיר ווארטן דאס צו זעהן ביים ענדע. ►רוני◄ 14:30, 16 יוני 2006 (UTC)
[בעאַרבעטן] די גרעסטע צאל סאטמארע חסידים.
איך וויל דא מאכן א רעפערענדום, ווייל איך זעה אז מענטשעלע האט אביעקטירט צו דעם פאקט, אבער ווי ווייט איך ווייס איז אנגענומען אין די גאנצע פרומע וועלט, אז צווישן אלע סאטמארע פראקציעס, האט ר' אהרן האט די גרעסטע צאל סאטמארע חסידים. דאס איז א זאך וואס קיינער איז נישט מסופק, די איינציגע וואס לייקענען דאס זענען די בייעסט עקסטרעמע זאליס.
איך האלט אז צו פארהוילן אזא פאקט איז א DISERVICE צו די וויקיפידיע געמיינדע.
וואס האלט איר?--געוואלד 19:29, 16 יוני 2006 (UTC)
-
- די מציאות דארף האבן א מקור, אז נישט מעג יעדער לייקענען, אבער אויב ווילסטו זיין איבערצייגענד מוזטו אויך אנערקענען אז די קעגענער פון ר' אהרן איז אויך די גרעסערע טייל פון סאטמאר חסידים, כאטשיג זיי זענען נישט קיין חסידים פון ר' זלמן לייב. איך האלט אז אויב וועסטו דאס ארויסברענגן קלאר וועט מענטשעלע נישט לייקענען. ער לייקענט נאר ווייל פון דיינע ווערטער קומט ארויס אן אימפרעשאן אז רוב סאטמאר חסידים זענען באמת חסידים פון ר' אהרן און דאס איז דאך נישט אמת לויט דיר אויך נישט.--חיים ליבערמאן 19:34, 16 יוני 2006 (UTC)
-
-
- דו האסט א גוטע פוינט, חיים ליבערמאן, אז עס איז נישט נייטראל צו שרייבן אז ר' אהרן האט "רוב" סאטמארע חסידים, און דאס וואלט איך טאקע נישט געשריבן, אבער דאס אז ער האט די גרעסטע צאל, איז דא איין איינציגע קראנטע סייענטיפישער מקור, דאס איז די רעגירונג וואלן אין קרית יואל די לעצטע 6 יאר, וואס אומאפציעל שטימט מען דארט אויף פארטיי ליניעס, און אלעמאל האבן ר' אהרן'ס חסידים געהאט די רוב, טאקע א שמאלע, אבער דער מינאריטעט איז א געמישאכטס פון פארשידענע פראקציעס, און דער מיאריטעט איז לויטער ר' אהרן'ס חסידים. דאס ווייזט אז ר' אהרן האט קלאר די גרעסטע צאל חסידים און מעגליך אפי' דער מערהייט. כאטשיג עס שטימען בלויז קרית יואל'ער איינוואוינער, אלנספאל פאר א מוסטער איז עס גוט, ווייל אין קרית יואל וואוינען אלע סאטמארע פראקציעס.--געוואלד 19:59, 16 יוני 2006 (UTC)
-
[בעאַרבעטן] פשרה 2 סארטן חסידים: ארוני איז א פארברענטער, און זאלי איז בלויז א סימפאטיקער
לויט געוולד האט ר' אהרן מער חסידים. און לויט מענטשעלע האט ר' זלמן לייב מער חסידים.
איך האלט אז ביידע זענען אמת און עס איז באמת נישט קיין סתירה. ר' אהרן'ס חסידים זענען מער פארברענטערע טיפ. און מ'קען זיי אידענטיפיצירן און מאכן א רושם ווייל זיי באטייליגן זיך ביי שמחות טישן און אזוי ווייטער פונקציעס פון רעביסטעווע. קאכן זיך אין זיינע תורות און דרשות.
אבער ר' זלמן לייב'ס חסידים איז נישט אזוי ווייט מערקבאר און אנזעהבאר, ווייל זיי באטייליגען זיך נישט אין קיין צוזאמקנופטען, זיי האבן גארנישט איינגעשטויסן מיט ר' זלמן לייב, אבער אויב מ'וועט זיי פרעגן ביי וועמען זיי געהערן וועלן זיי זאגן אז זיי שטימן און האבן סימפאטיע צו ר' זלמן לייב. ווייל זיי האבן פיינט אדער מורא פון ר' אהרן, זיי שיקן די קינדער צו ר' זלמן לייב און זיי געבן צדקה פאר זיינע מוסדות און אזוי ווייטער.
ממילא אויב וועט מען זיך שלאגן אויף די ווארט חסיד, ווער עס האט מער, ווענדט זיך וויאזוי מען טייטשט איר, לויט ווי אלגעמיינע 'חסידים' ווי סקוועיר ליובאוויטש, פאפא און אלע אנדערע טייטשן דאס, האט ר' אהרן מער. אויב וועט מען אנקוקען די ווארט חסיד ווי מ'טייטשט דאס אין סאטמאר: קרייזליכע אנהענגערשאפט אדער פארטיי געהערשאפט, האט ר' זלמן לייב מער.--יאנוש 21:04, 16 יוני 2006 (UTC)
- אויב מ'זאל מיר אנעמען דעם קאנצעפט אז א חסיד קען מיינען בלויז א סימפאטיקער אפי' מ'האלט נישט פון דעם רבי'ן זעלבסט, איז דאך נישט מער יושר אז די אלע סימפאטיקער פון ר' אהרן זאל מען אויך רעכנען אלס ר' אהרן'ס חסידים. עס מוז דאך זיין אז בנוסף צו די אלע פארברענטע חסידים וואס ר' אהרן האט, האט ער זיכער אסאך סימפאטיקער וואס באווייזן זיך נישט ביי קיין צוזאמקנופטן פונקט ווי ביי סיי וועלעכער רבי.--געוואלד 14:46, 19 יוני 2006 (UTC)
- אמת ר' אהרן האט טאקע מער סימפאטיקער איבער די וועלט, קוק אריין אין בחדרי חרדים וועסטו טאקע זעהן אז די ארוינים האבן מער סימפאטיע איבער אלע קרייזן און שיכטן. אבער מיר רעדן פון סאטמארע סימפאטיקער, און דאס האט יא ר' זלמן לייב די אויבערהאנט.--חיים ליבערמאן 14:35, 20 יוני 2006 (UTC)
[בעאַרבעטן] א מעשה מיט א חבר מיט א טיש ביי ר' אהרן
דעם שבת איז מיין חבר גראדע א פאפע`נער געווען אין מאנרא ביי א שמחה אין די משפחה. זייענדיג דארט איז דאך נישט מער ווי יושר צי מאכן א וויזיט ביים ר` אהרן ביי די פרייטאג צי נאכטס טיש. צי זיין שאק האט ער גאטראפען דארט אין כולל אהל יושע ווי די טישען ווערן געפראוועט צענדליגע בחורים זיךען ביי די טישען אין ר` אהרן אויף א גרויסע סטעטש אין ארום 70 זיבעציג אינגעלייט שטייען ארום די טישהען. הייב איך שוין אן צי טראכטען אז ארונים ווערן שוין ענדערש סימפאטיקער ווי חסידים אז א רבי פין 3200 ראשי משפחות מיט איבער טויזענט בחורים אין קרית יואל אליין זאל נישט האבן מער ווי 70 יונגעלייט די פערטע וואך ער פראוועט אין קרית יואל היש לך בזוין גדול כזו ??..ביי א אמתע חסיד איז נישט קיין תריץ היצען רעגן קעלט שפעט ביינאכט אדרבה קיקט אן סקווירא מלוכה נישט קיין חילוק זימער צי ווינטער.--העולם 15:25, 19 יוני 2006 (UTC)
- דיינע סברות זענען זייער פאלש און בייעסד, עס איז זייער מערקבאר אז די ביסט אן עקסטרעמער זאלי.
- רבי'ס זענען נישט קיין סעלעברעטיס. ביי סעלעבריטיס איז דא א קאנצעפט פון PRESSURE TO PERFORM, דאס מיינט אז ווען אימער זיי זענען אין די עפענטליכקייט זענען זיי שטענדיגע אונטערן דרוק אז זיי מוזן פערפארמען אויפן העכסטן קוואליטעט, אנדערש ריזיקרן זיי אז זייער גאנצער קארעיער וועט קראכן. ביי א רבי, איז זייער אומרעאליסטיש צו ערווארטן אז אלע חסידים פון קליין ביז גרויס, זאלן קומען צו יעדע מינדערוויכטיגע צוזאמקנופט, ווי אימער, ווי פרי, ווי שפעט, עס זאל זיין. די מציאות איז אז ר' אהרן'ס מענטשן זענען גלויביגע חסידים, זיי גלייבן אז ער איז א צדיק, מיט דעם אלעם האבן זיי פריאריטעטן, פונקט ווי יעדער אלגעמיינער פרומער איד שטייט נישט אויף אין מיטן נאכט אפרעכטן חצות, ווייל מען פארשטייט אז דאס וועט פארמינערן די מעגליכקייט אויפצושטיין באצייטנס דאווענען און לערנען און עס מיינט נאך נישט אז מען קלאגט נישט אויפן חורבן בית המקדש. די זעלבע איז זעלבטפארשטענדליך אז פאר א דורכשניטליכער בעה"ב וואס ארבעט א גאנצע וואך, איז ממש "מסירת נפש" צו קומען צו א "זומער" טיש, וואס געווענליך הייבט זיך עס אן בערך חצות, און דאס קען עפעקטירן די גאנצע וואך אז מ'רוהט זיך נישט אויס די איינע טאג פון די וואך. ווי א פארברענטע חסיד מען זאל נישט זיין איז פארט אלס דא פראיאריטעטן ווען יא זיך צו באטייליגן און ווען נישט.--געוואלד 16:03, 19 יוני 2006 (UTC)
[בעאַרבעטן] דער געשריבענע צוואה פון ר' משה טייטלבוים
אינמיטן פונעם בלאט איז דא א בילד און אונטער דעם שטייט אז דאס בילד איז "דער געשריבענע צוואה פון ר' משה טייטלבוים" און אויפן בילד זעהט מען אז סאיז נישט קיין געשריבענע וויל איך בעטן אז מזאל דאס פאררעכטן
- קענסט דאס אליין פארעכטן, שרייב 'קאפי' פון געשריבענע צוואה.--חיים ליבערמאן 15:29, 18 יוני 2006 (UTC)
עס איז נישט קיין קאפי און עס איז נישט געשריבענע עס איז א געטייפטע צוואה מיט קאמפיוטער וויאזוי קען איך דאס פאררעכטן? איך מיין אז דער בלאט איז פארשפארט
-
- איך האב פאראכטן, אין פיר טאג ארום וועסטו קענען צוריקומען דער סיסטעם וועט דיך אטאמאטיק לאזן שרייבן.--חיים ליבערמאן 15:42, 18 יוני 2006 (UTC)
ײשר כּח
[בעאַרבעטן] אפערעשאן תשנ"ו
דאס וואס ווערט פארקויפט אז ער האט געזאגט פאר די אפערעשאן אז ער וויל ר' אהרן איז א סתם א גאסען שמועס וואס די ארונים פארקויפען אזוי עס האט נישט קיין שום מקור.--חבדניק 15:01, 3 בספטמבר 2006 (UTC)
- וואס מיינט ביי דיר "מקור"? און די חרדישע וועלט איז גארנישט ON THE RECORD. אויב מ'זאל נאר מעגן שרייבן וואס איז באשרייבן אין גויאישע צייטונגען קענסטו אפמעקן די גאנצע ארטיקל. איך בין א סאטמארע אינסיידער איך ווייס גוט וואס טוט זיך אין סאטמאר, און די מעשה מיט די אפערעשן האט קיין איין זאלי נאך נישט אפגעלייקנט, נאך דעמאלטס ביי די אפערעשן, האט יעדער געשמועסט דערפון. איך קען דיר געבן א נאמען פון א גרויסע זאלי וואס האט מודה געווען אז די מעשה איז אמת--געוואלד 15:22, 3 בספטמבר 2006 (UTC)
- חברה, ביי אזאלעכע מחלוקתן, וואס דער ארוני איז אינטערסירט מען זאל עפעס אנעמען און דער זאלי איז אינטערסירט מען זאל עס אפווענדן האבן מיר שוין אן אויסגעטראטענעם פאליסי דא אז מען שרייבט יענער פארציילט אזוי אבער דער אנדערער טוט דאס לייקענען מען דארף נישט מעקן קיינעם.--משה 15:26, 3 בספטמבר 2006 (UTC)
- עס ווענד זיך ווער עס לייקנט עס, אויב אויפן גאס לייקנט מען עס, אוואדי מוז מען דאס ארויס שרייבן, אויב אבער עס איז בלויז א וויקי ניק, האיך מצינו ידינו ורגלינו? יעדע מעשה וועט מען צוליב א וויקי ניק מוזן פארעכטן? למשל דאס אז די אהרונים האבן א היתר ביים ווינער רב ווייסט יעדער אז די זאליס לייקענען עס, דאס מוז מען זיכער שרייבן, אבער יעדע אנדערע געשיכטע וועט אנקומען אן אנאנימעס ניק אין שרייען "איך לייקן", וועט דאס שוין זיין גענוג?--געוואלד 15:41, 3 בספטמבר 2006 (UTC)
- מ'קען גארנישט טאן איבער דעם ווייל בעצם מוז יעדע זאך האבן א מקור, ווייל אז נישט האסטו א פארקערטער פראבלעם וואס מוועט זיך באשמוצן, אבער דא ביי חסידישע פאליטיק, האט מען נישט קיין ברירה האט מען געמאכט דערווייל די פשרה, אז ווילאנג איינער לייקענט מוזטו אים לאזן האבן זיין ווארט און שרייבן אז אנדערע זאגן אז עס יא אמת. דאס איז א פשרה וואס איז דערוויל די בעסטע מהלך, אז דו האסט א בעסערע אויסוועג רעדט.--משה 15:45, 3 בספטמבר 2006 (UTC)
- ביסט גערעכט משה, איך בין מסכים צו די פשרה, דעריבער אויב איינער האלט אז איינע פון מיינע באריכטן זענען פאלש אדער נישט אקוראט, זאל מען ביטע נישט אויסמעקן, נאר צושרייבן די ווערסיע וואס איר האלט איז מער אקוראט, למשל די מעשה מיט די אפערעישן גיי איך מגיה זיין חבדניק'ס נאטיץ, והכל על מקומו יבא בשלום--געוואלד 15:58, 3 בספטמבר 2006 (UTC)
- מ'קען גארנישט טאן איבער דעם ווייל בעצם מוז יעדע זאך האבן א מקור, ווייל אז נישט האסטו א פארקערטער פראבלעם וואס מוועט זיך באשמוצן, אבער דא ביי חסידישע פאליטיק, האט מען נישט קיין ברירה האט מען געמאכט דערווייל די פשרה, אז ווילאנג איינער לייקענט מוזטו אים לאזן האבן זיין ווארט און שרייבן אז אנדערע זאגן אז עס יא אמת. דאס איז א פשרה וואס איז דערוויל די בעסטע מהלך, אז דו האסט א בעסערע אויסוועג רעדט.--משה 15:45, 3 בספטמבר 2006 (UTC)
- עס ווענד זיך ווער עס לייקנט עס, אויב אויפן גאס לייקנט מען עס, אוואדי מוז מען דאס ארויס שרייבן, אויב אבער עס איז בלויז א וויקי ניק, האיך מצינו ידינו ורגלינו? יעדע מעשה וועט מען צוליב א וויקי ניק מוזן פארעכטן? למשל דאס אז די אהרונים האבן א היתר ביים ווינער רב ווייסט יעדער אז די זאליס לייקענען עס, דאס מוז מען זיכער שרייבן, אבער יעדע אנדערע געשיכטע וועט אנקומען אן אנאנימעס ניק אין שרייען "איך לייקן", וועט דאס שוין זיין גענוג?--געוואלד 15:41, 3 בספטמבר 2006 (UTC)
- חברה, ביי אזאלעכע מחלוקתן, וואס דער ארוני איז אינטערסירט מען זאל עפעס אנעמען און דער זאלי איז אינטערסירט מען זאל עס אפווענדן האבן מיר שוין אן אויסגעטראטענעם פאליסי דא אז מען שרייבט יענער פארציילט אזוי אבער דער אנדערער טוט דאס לייקענען מען דארף נישט מעקן קיינעם.--משה 15:26, 3 בספטמבר 2006 (UTC)
-
-
-
-
-
- דאס האט שוין מער פשט, אז עס דא חילוקי דעות אז איינער האלט אזוי אין דער צווייטער אנדערש אין עס איז נישט דא קיין באווייזען דארף מען שרייבען אז עס איז דא א צווייטע זייט פון די מטבע אויך. יישר כוח פארן פארעכטען.--חבדניק 17:04, 3 בספטמבר 2006 (UTC)
-
-
-
-
איך האלט אז די חלק פונעם געזינט צושטאנד פונעם סאטמאר רבי פון יאר תשנ"ו אין ווייטער זענען האלב אויסגעזויגן פון די פינגער וכד' ווי עס ווערט טאקע נישט צוגעלייגט קיין שום מקור, און בכלל איז דאס א געפערליכן בזיון אפי' פאר סתם א יליד אשה און דאס דארף פאראכטן/געמעקט ווערן אדער געברענגט ווערן די מונימאלע מקור.
[בעאַרבעטן] איך בין פערטיג
איך מיין אז דער ארטיקל אינפארמירט א קלארן בילד פון ר' אהרן און די גאנצע סאטמארע מחלוקה, אויב איינער האט קאמעטארען ביטע אויסשמועסן--געוואלד 20:54, 19 נאוועמבער 2006 (UTC)
- עפעס איז מיר נישט קלאר אין די דריטע פאראגראף "רב טייטלבוים איז דער איידעם פון ר' משה יושע האגער, דער וויזניצער רבי אין בני ברק" ווער פונקט? ר'אהרן צו ר' זלמן לייב? ►רוני◄ 21:10, 19 נאוועמבער 2006 (UTC)
- אוואדי ר' אהרן, על זה אנו דנין, פארוואס זאל איך שרייבן ווער ר' זלמן לייב'ס שווער איז און ר' אהרן'ס ארטיקל--געוואלד 22:01, 19 נאוועמבער 2006 (UTC)