יוסף וואלדמאן
פֿון װיקיפּעדיע
יוסף וואלדמאן איז באוויסט אלץ א סאטמארע דיסידענט פירער אין קרית יואל. יוסף וואלדמאן, אדער ווי מען רופט אים יוסל, שטאמט פון א באוויסטע סאטמארע משפחה זיין טאטע ר' אליעזר איז געווען א מגיד שיעור אין די קהלה.
[בעאַרבעטן] היסטאריע
נאכן טראנזיציע אין סאטמאר ווען דער ערשטע סאטמאר רבי איז אוועק האט זיך באשאפן אן אויפשטאנד באוועגונג אינעהאלב סאטמאר וואס האבן גישטעלט אפאזיציע צום נייעם סאטמארן רביסטווע.
יוסף האט זיף צוגעשטעלט צום אפעזיציע נאכן אום ערפאלגרייכן קאנדידירן פאר קרית יואל שול קאמיטע ארום תשמ"ט ווי ער האט אנגעצויגן קנאפע זיבן הונדערט שטימען, וואס ער האט באקומען פון אממייסטענס, אפזיציאנערן אינערהאלב דאס סאטמאר שטעטל קרית יואל.
יוסף האט גענומען א מיסיע צורוקצוהאלטן צו בקרידיווען די אפאזיציע מיטגלידער דורך גרינדען און אנפירן דאס ארגאניזאציע "קאמיטע פאר וואולזזיין קרית יואל",
יוסף קינדער זענען ארויס געשיקט געווארן פון די אפיציעלע סאטמארע אינסטוטוציעס וואס ער האט פרובירט צובאקעמפן מיט ציין און נעגל, ער האט גערופען דאן קרית יואל רב און קהלה צו דין תורה, ווען זיי האבן אנטזאגט צו זיך שטעלן האט ער גערופן צום אלגעמיינעם געריכט.
דאן האבן סאטמאר קהלה איהם באצייכנט אלס "מסור" וויבאלד דער ריכטער האט פארלאנגט דאס פערזענליכע ערשיינונג פון קרית יואל רב ווען ער האט ביים אורטייל זיך געזייטיגט צו יוסף.
צענדליגע מאסן דעמאנסטראנטן פלעגן זיך אפט ארגאניזירן ביי יוסף הויז טיילמאל איבערלאזענדיג וואנדאלן ווי פארברענטע אויטאמאבילן און דאס גלייכן. יוסף האט גאר אויפגיהיצט די געמיטער צוליב מיטטיילן וואנדאליזם צום לאקאלן פאליציי צו פראצעסירן געוואלדטאטן.
יוסף האט מיטגעטיילט צום אלגעמיין פרעססע אלץ וואס קומט פאר אין חסידישע שטאט קרית יואל, גאר שטארק האט ער פארשעמט סאטמאר ווען ער האט עקלערט פאר גאר פראמינענטן נייעס אגענטור אז סאטמאר פירערשאפט איז א דוגמה צום רעליגעזן פירער אין איראן.
[בעאַרבעטן] דערויסענדע לינקס
- א גוגעל ווידיאוי פון איין טייל, ווי ער רעדט אויף 60 מינוט טעלעוויזשען פראגראם.
- כל העולם כולו ארונישער הייד פארק פארום קאלעקטירט אלע זיינע סטעימענטס קעגן ברך משה און סאטמאר פירארשאפט. [1]