לשון הרע
פֿון װיקיפּעדיע
פארלוימדונג און לשון הרע מיינט ווען איינער רעדט שלעכט אויף א צווייטן אפילו די שלעכטס איז אמת, אבער עס טוט שעדיגן יענעם. אויב עס איז אויך נישט אמת, הייסט דאס הוצאת שם רע. און ווען צ.ב. ראובן דערציילט שמעון אז לוי האט אים געזאגט אז דו שמעון האסט געטאן א געוויסע שלעכטס, דאס הייסט רכילות לֹא-תֵלֵךְ רָכִיל בְּעַמֶּיךָ ויקרא י"ט .
חז"ל זאגן: "לשון הרע שקול כנגד עבודה זרה, גילוי עריות ושפיכות דמים".
דער חפץ חיים האט זיך זייער אפגעגעבן און געשריבן ספרים וואס לערנט אויס אלע געזעצן פון הלכות לשון הרע.
אויב איינער איז א באקאנטער פובליק פיגור, און זיינע מעשים ווערן דעבאטירט און דורכגעהאנדעלט דורך די מאסן איז נישט דאס קיין עבירה ווייל עס איז נוגע פאר יעדן יחיד וואס ווערט אפעקטירט פון די מעשים.
אין וויקיפעדיע איז פארבאטן צו שרייבן לשון הרע, און מען קען ווערן אנגעקוקט אלס וואנדאל אויב מען טוט דאס מערערע מאל.
נאר אויב די לשון הרע איז נוגע פארן ציבור צו וויסן מעג און מען מוז דאס מודיע זיין. אבער טאמער דאס האט נישט קיין מקור טאר מען דאס נישט שרייבן, ווייל מ'קען דאס נישט פעסטשטעלן.