סנהדרין
פֿון װיקיפּעדיע
סנהדרין (אַ גרייכישע וואָרט וואָס מיינט פערזאַמלונג) איז אַ געריכט (בית דין) פון 71 דיינים וואס האט געפועלט פון בית שני צייטן ביז יאר ד'קפ"ה (346).
[בעאַרבעטן] סנהדרין גדולה
איר מקור איז פון במדבר י"א. אין די צייטן פון עזרא און נחמיה איז געוועזן די כנסת הגדולה אין לשכת הגזית אין הר הבית וואס האבן באשטימט צו מען זאל ארויס גיין אין מלחמת רשות, אדער דן זיין מלכים, פארברייטערן פלאך אין ירושלים, ארויסגעבן א דין אויף עיר הנידח.
[בעאַרבעטן] סנהדרין קטנה
סנהדרין 23 דיינים וואס האבן דן געווען נאר דיני נפשות צווישן מענטשן אדער חיות, וואס מען לערנט ארויס פון "שופטים ושוטרים תתנו בכל שעריך".
עס האט געמוסט זיין 230 איינוווינער אין שטאט כדי צו באשטיממען א קליין סנהדרין.
מען דאוונט יעדן טאג "השיבה שופטינו כבראשונה ויועצנו כבתחילה, צו צוריק שטעלן די סנהדרין אויף פאלק ישראל.
[בעאַרבעטן] די נייע סנהדרין
אין יאר 2004 האט זיך אויפגעשטעלעט א גרופע וואס וויל אומקערן די סנהדרין, און עס איז געגרינדעט געווארן אין עיר הקודש טבריה. אין איר אָנפאַנג האָט זי אויסגעזען ווי נאָך א מאדינע אומרעאלישע גרופע, אבער עס ענטוויקלט זיך זייער שנעל.
דער נשיא פון די סנהדרין איז הרב עדין שטיינזאלץ.