עלינו לשבח
פֿון װיקיפּעדיע
עלינו לשבח איז א תפילה וואס לויט ווי עס שטייט אין כתבי רב האי גאון האט דאס יהושע בן נון ערפינדען תיכף נאכדעם וואס ער האט אריבערמארשירט מיט די אידישע ארמיי די שטאט יריחו, די ערשטע שטאט וואס יהושע האט איינגענומען אין ארץ ישראל, האט ער דעמאלטס געזעהן די פילע גויאישע אפגעטער, און ער האט זיי אלע פארטיליגט, האט יהושע דעמאלטס געזאגט די תפלה, ווי ער לויבט גאט מיט די ווערטער שֶׁלֹּא שָׂם חֶלְקֵנוּ כָּהֶם וֲגוֹרָלֵנוּ כְּכָל-הֲמוֹנָם, שֶׁהֵם מִשְׁתַּחֲוִים לְהֶבֶל וָרִיק, וּמִתְפַּלְּלִים אֶל אֵל לֹא יוֹשִׁיעַ. וַאֲנַחְנוּ כּוֹרעִים וּמִשְׁתַּחֲוִים וּמוֹדִים לִפְנֵי מֶלֶךְ מַלְכֵי הַמְּלָכִים הַקָּדוֹשׁ בָּרוּךְ הוּא
ווען יהושע האט מלחמה געהאלטן אויף די שטאט יריחו האט ער געזאגט די תפלה זיבן מאהל אהין און צוריקוועגס און געבלאזן שופר ביז די מויער פון די שטאט איז איינגעזינקען.
לויט געוויסע פארשער איז די תפילה ערפינדן געווארן ביי די צייטן פון די תנאים.
די ווערטער "שֶׁהֵם מִשְׁתַּחֲוִים לְהֶבֶל וָרִיק, וּמִתְפַּלְּלִים אֶל אֵל לֹא יוֹשִׁיעַ" , איז אראפגענומען געווארן אין די צייטן פון די צענזור, צוליב וואס די קריסטן האבן געהאלטן אז די ווארט "ולריק" איז קעגן דעם אותו האיש וואס איז בגמטריא די זעלבע ווי ישו, אבער מ'האט עס דערנאך צוריקגעשטעלט. דער ערוגת הבושם פסק'נט אז מ'מוז עס זאגן, אנדערש איז מען משנה ממטבע שטבעו חכמים.
די צווייטע העלפט תפלה וואס פאנגט זיך אהן "(ו)על כן נקוה" האט עכן געמאכט ווען ער האט תשובה געטאן. על כן נקוה איז ראשי תיבות עכן.
כאטשיג וואס יהושע האט בלויז ערפינדן די תפלה פאר זיך פאר יענעם מאמענט, האבן שפעטער די קדמונים מתקן געווען מ'זאל דאס זאגן יעדן טאג נאך יעדע תפלה. דער ב"ח אין אורח חיים סימן קל"ג, זאגט דער טעם כדי איידער מ'גייט ארויס זיך אפטיילן פון שוהל ארבייטן מיט די גוים, זאל מען אריינברענגען און הארץ פון א אידן אמונה אין אויבערשטן כדי זיך נישט אפלערנען פון די געצין דינער.
לויט די הלכה דארף מען שטיין ווען מען זאגט די תפילה.
סדר פון וואכעדיגע דאווענען |
תפילת שחרית - ברכות השחר | פרשת הקורבנות | פסוקי דזמרה | קריאת שמע | תפילת שמונה עשרה | חזרת הש"ץ, קדושה וברכת כהנים | תחנון | קריאת התורה | אשרי יושבי ביתך | למנצח | קדושה דסידרא | שיר של יום | פיטום הקטורת | עלינו לשבח תפילת מנחה - אשרי יושבי ביתך | תפילת שמונה עשרה | חזרת הש"ץ וקדושה | תחנון | עלינו לשבח תפילת ערבית - קריאת שמע | תפילת שמונה עשרה | עלינו לשבח |