תנ"ך
פֿון װיקיפּעדיע
אידישקייט | |
עיקרי האמונה | |
גאט יציאת מצרים · עשרת הדיברות · שלושה עשר עיקרים מצוות · תורה אמונה · בחירה |
|
אישים מרכזיים | |
אבות ואמהות האומה · שופטי ישראל · דוד המלך · שלמה המלך נביאי ישראל · חז"ל · משיח |
|
ספרי קודש | |
תורה · תנ"ך · משנה · תלמוד מדרשי הלכה · מדרשי אגדה · סידור · משנה תורה · שולחן ערוך · שו"ת · ספר הזוהר · מפרשים |
|
מצוות און מנהגים | |
הלכה · תרי"ג מצוות · בית דין צדק · תפילה · לימוד תורה · צדקה · גמילות חסדים · שמע ישראל · יומים טובים · יום הכיפורים · שלושת הרגלים · תשעה באב · משפחה: ברית מילה · פדיון הבן · זבד הבת · בר מצווה · נישואין · טהרת המשפחה · מעמד האישה ביהדות · צניעות · שטאַרבן: לוויה · קבורה · שבעה · קדיש · חברה קדישא | |
חיי הקהילה היהודית | |
שטעלעס: רב · דיין · חזן · גבאי · מוהל · שוחט · קברן מוסדות: בית כנסת · בית מדרש · מקווה · תלמוד תורה · ישיבה · כולל תפילה בציבור: מניין · ארון הקודש · חזנות · שמונה עשרה · שחרית · מנחה · מעריב · מוסף · קריאת התורה · שמע ישראל · ברכה · קידוש |
|
היסטאריע פון דאס יידישע פאלק | |
תקופת האבות · יציאת מצרים · תקופת המקרא · תקופת בית ראשון · תקופת בית שני · תקופת הגלות · אנטישמיות · ציונות · השואה · היסטוריה של מדינת ישראל | |
יהודים | |
מיהו יהודי · גיור · די יידישע פאלק · באוווסטע מענטשן ·
|
תנ"ך (ראשי תיבות: תורה נביאים כתובים) זיינען די 24 הייליגע יידישע ספרים וואס לויט די טראדיציע זיינען זיי געגעבן געווארן דורך משה רבינו אין מעמד הר סיני:
- 5 - חמשה חומשי תורה
- 8 - ספרי נביאים; באהאנדלט פון יהושע בן נון ביז חורבן בית ראשון
- 4 - נביאים ראשונים
- 3 - נביאים אחרונים
- 1 - תרי עשר
- 11 - כתובים
דער תנ"ך איז צעטיילט אין 929 קאפיטלאך דורך א בריטישער גלח לענגדאן (הגמון נוצרי) אין יאר ג'תשע"ג. כאטש וואס דאס צוטיילונג שטאמט פון א קריסטישער גלח, האבן די יידן אנגענומען זיין צעטיילונג. אין ספר בראשית קען מען זען ווי דער גלח האט געשטעלט דער טאג שבת אין די צווייטע קאפיטל ווארשיינליך כדי צו פארקלענערן איר הייליגקייט וואס זי איז ביי די יידן הייליג.
אינהאַלט |
[בעאַרבעטן] תורה
(זעה הויפט ארטיקל תורה)
תורה איז דער יידישער גרונט מיט דינים ווי אַזוי מען דאַרף זיך פירן.
עס ווערט צוטיילט אין 5 בענדער:
די תורה איז צעטיילט צו פרשיות השבוע, און יעדע פרשה איז צעטיילט אין 7 חלקים (ראשון, שני אא"וו).
היינט צוטאגס איז ביי די פרומע תורה: גמרא, שולחן ערוך ראשונים און אחרונים.
- זעט אויך: חומש
[בעאַרבעטן] דער מקור פון תנ"ך
- לויט דען יִידישער טראדיציע איז חמשה חומשי תורה געגעבן געוואָרן פון גאָט צו משה רבינו.
- אין חז"ל שטייט אז די גאנצע תנ"ך און אלע פירושים אויף תנ"ך ביז משיח וועט קומען ווי משניות, גמרא, ראשונים, אחרונים א.א.וו איז געגעבן געווארן צו משה אין בארג סיני.
- לויט די קריסטלעכע איז נאר די עשרת הדברות געגעבן געווארן צו משה אין בארג סיני.
- לויט די תנכישע פארשער איז די תורה געשריבן געווארן דורך מענטשן אין פארלויף פון עטליכע תקופות, און מען האט איר צוזאמען געשטעלט שפעטער אין איין ספר.
- ספר מלכים און ספר דברים זיינען געשריבן געווארן אין דער 7טער יארהונדערט, אין די צייט וואס די יידן האבן געהאלטן אז מען דארף דינען גאט נאר ביי איין בית המקדש, און נישט אין צעשפרייטע מזבחות וואס איז גערעכנט אלץ א זינד. אויך דער סטיל פון ביידע ספרים זיינען אייניק. אויך דער סטיל פון ספר ירמיהו וואס איז געווען א נביא אין די צייטן פון יאשיהו איז געשריבן אויף דער זעלבער סטיל פון די צוויי ספרים.
[בעאַרבעטן] נביאים
דער אונטערשייד צווישן נביאים אין כתובים איז אז נביאים איז רייד וואס גאט האט גערעדט צו די נביאים מיט די מדריגה פון "נבואה", ווידער כתובים זענען רייד וואס איז געווארן פון גאט מיט "רוח הקודש" וואס איז א שוואכערע מדריגה ווי "נבואה".
אויך איז נביאים - אנדערש ווי כתובים - ספעציפישע באפעלן וואס דער נביא האט געדארפט איבערגעבן פאר כלל ישראל אדער האט אליינס געדארפט אויספירן.
[בעאַרבעטן] לערנען תנ"ך
כאטש וואס דער תנ"ך איז די גרונדענע ספר פון די יידן, כאטש דעם לערנט מען נישט נ"ך אין דער פרומער ציבור. די ווארשיינליכע סיבות דערפון זיינען:
- נ"ך פארנעמט זיך אין ענינים וואס זיינען נישט רעלעוואנטיש צו די היינטיקע יידישע קולטור וואס איז באווירקט פון די גלות. ווארום די יידן האבן נישט היינט קיין נביאים און אן אייגענע מלוכה.
- מיט'ן ערשיינונג פון די משכיל'ישע באוועגונג זענען געווען אזעלכע וואס האבן געוואלט מאכן דעם לימוד פון נ"ך אלץ אן עיקר, פאר אירע היסטארישער און קולטוראלע ווערד. פרומע אידן האבן אין רעאקציע זיך ספעציעל צוריקגעהאלטן פון דעם לימוד.
אינטערעסאנט איז צו באמערקן אז אין רוב חרד'ישע מיידל שולעס לערנט מען יא נ"ך אלץ א טייל פון געשיכטע לערנונגען.
[בעאַרבעטן] לערנען תורה
פרומע אידן האלטן דאס פאר א מצווה צו לערנען תורה, אבער נישט ווייל די תורה ברענגט עפעס צום לעבן, ווייל די תורה וואס זיי לערנען איז בעיקר גמרא מיט פלפולים און מחלוקת פון תנאים און אמוראים אויף שאלות פון זייערע צייטן און היינט איז דאס שוין על פי רוב נישט רעלאווענט, נאר צוליב די העכערע כוח וואס די תורה האט צו משפיע זיין אויף דאס לעבן אין א מיסטישען אופן.
אויך איז דאס נישט סתן א ענין פון לערנען, נאר א עקסטערע מצווה פון זיך פלאגן אין לערנען. עמלות בתורה.
[בעאַרבעטן] אגדה ומוסר
אין די פרומע ישיבות לאזט מען דאס אויס, און דאס איז נאר א טפל, ווייל עס איז לויט זיי סיפירי מעשיות, אפילו דאס איז דער יסוד וואס קען היינט יא לערנען וויאזוי זיך צו פירן דורך טיפע פיליזאפישע לימודים. דער עיקר תורה וואס מען איז היינט עוסק איז לומדישע פשטעליך און חקירות. און די חסידישע ישיבות וואס ווערט נישט אזוי ארויפגעקוקט לערנט מער בעיקר הלכות שבת און הלכות כשרות.
ספרי התנ"ך |
תורה: בראשית | שמות | ויקרא | במדבר | דברים נביאים: יהושע | שופטים | שמואל (א' וב') | מלכים (א' וב') | ישעיה | ירמיה | יחזקאל | תרי עשר כתובים: תהילים | משלי | איוב | שיר השירים | רות | איכה | קוהלת | אסתר | דניאל | עזרא - נחמיה | דברי הימים (א' וב') |
[בעאַרבעטן] דערויסענדיגע לינק
- גאַנץ תנ"ך אויף יידיש
- גאנץ תנ"ך אויף העברעיש
- אלע יידישעס הייליגע ספרים
- בייבל קריטיק וויקי (EN)
- תקופות פון מענטשן אין תנ"ך
- הערן די טראפן (EN)
- הערן תנ"ך פון א גלח אָן די טראפן
קאַטעגאָריעס: ספרים פון תנ"ך | ספרי קודש | היסטאריע | רעליגיע | תורה | קאלטור | תנ"ך | מענטשן פון תנ"ך