Web Analytics Made Easy - Statcounter
Privacy Policy Cookie Policy Terms and Conditions אהרן טייטלבוים – װיקיפּעדיע

אהרן טייטלבוים

פֿון װיקיפּעדיע

ר' אהרן טייטלבוים נאכן שבעה אויפשטעלן נאך זיין טאטע אין זיין הויז אין ווילאמסבורג. די ערשטע מאל מיט די ווייסע זאקן און זילבערנע שטעקן.
הגדל
ר' אהרן טייטלבוים נאכן שבעה אויפשטעלן נאך זיין טאטע אין זיין הויז אין ווילאמסבורג. די ערשטע מאל מיט די ווייסע זאקן און זילבערנע שטעקן.

ר' אהרן טייטלבוים (געבוירן ה'תש"ח) איז אויפגענומען געווארן אלס סאטמאר רבי דורך די סאטמארע חסידים, וואס ווערן אנגערופן אין די וועלט אהרונים, ער וואוינט אין די סאטמארע שטעטל, קרית יואל ניו יארק. ער איז דער עלטצטער זוהן פון ר' משה טייטלבוים, דער לעצטער סאטמאר רבי פון וויליאמסבורג, ברוקלין, וואס איז א ברודער-קינד פון דעם ערשטן סאטמאר רבי, ר' יואל טייטלבוים, וואס האט געגרינדעט די שטעטל קרית יואל און די שטאט מאנרא, נו יארק.

עס זענען דא נאך קינדער פון ר' משה טייטלבוים וואס זענען אויך סאטמארע רבי'ס, דער מערסטע באקאנט איז זיין ברודער ר' זלמן לייב טייטלבוים, וואס זיינע חסידים ווערן אנגערופן און די וועלט זאליס.

ר' אהרן איז דער איידעם פון ר' משה יושע האגער, דער וויזניצער רבי אין בני ברק.

ער האט 3 זין און 5 טעכטער. ער האט שוין חתונה געמאכט אלע קינדער.


אינהאַלט

פערזענליכקייטן

בעל מחדש און מגיד

ספר חידושי תורה וואס ענהאלט אלע חידושים וואס ר' אהרן טייטלבוים האט ערפינדן דורכאויס שבועות תשס"ו
הגדל
ספר חידושי תורה וואס ענהאלט אלע חידושים וואס ר' אהרן טייטלבוים האט ערפינדן דורכאויס שבועות תשס"ו

ר' אהרן טייטלבוים איז פארעכנט אין די חרדישע וועלט אלס א וואונדערליכער בעל מחדש. ער האלט רעגלמעסיג דרשות און שיעורים וואס ענהאלט פילפולים, רמזים, דברי חסידות אין ענליכס. ר' אהרן טייטלבוים האט שוין אפגעשריבן מערערע ספרי חידושי תורה אויף תורה אין ש"ס. איבער 15 בענדער פון זיינע חידושים זענען שוין געדריקט געווארן. זיינע חסידים קוקן עס אלס א פאזיטיווער כשרון, פארגלייכענדיג איהם צו זיין עלטער-פעטער ר' יואל טייטלבוים.

סאציאלע באנעמונג

זיינע סאציאלע באנעמונג ווערט אנגענומען אלס זייער גרויסהאלטעריש, שטייף און אומבאשיידן. עס פלעגט ארום גיין צווישן סאטמארע חסידים א זאץ פון ר' אהרן, וואס טוט אראפמאלן זיין כאראקטער, "דא בין איך רב, אזוי וויל איך און אזוי וועט זיין". די לעצטערע יארן האט ר' אהרן א ביסל נאכגעלאזט פון זיין שטייפער כאראקאטער, צוליב דעם וואס זיין זיכערהייט אז ער גייט ווערן דער איינציגסטער סאטמאר רבי איז צושטערט געווארן, וואס דאס האט צוקלאפט זיין שטאלץ. זיינע חסידים ארגומעטירן אז זיין שטייפע כאראקטער, איז א פאזיטיווער און א תורה'דיגער, ווייל ער האט דורכאויס די יארן, זיך געדארפט ספראווען מיט עלעמענטן וואס האבן געזוכט צו אונטערברעכן סאטמאר און זיין טאטע, ר' משה, דעריבער האט ער אלס קנאות און ע"פ הלכה זיך אנגענומען פאר די כבוד פון זיין טאטע און זיין עלטער-פעטער ר' יואל.

פרומקייט

ר' אהרן איז אויך אפגעמאלן געווארן דורך זיינע שונאים צו זיין מער פאליטיש נאכגעבעדיג אין פרומקייטן, אין פארגלייך צו אסאך סאטמארע, וואס ווערט פארעכנט פון די פרומסטע געמיינדעס אין די פרומע וועלט. ר' אהרן'ס שווער, דער וויזניצער רבי פון בני ברק, נעמט אן א מער גרינגערע שטעלונג בנוגע מדינת ישראל און ציוניזם (כאטשיג ער טוט עס נישט אנערקענען), ער נעמט געלט פון די רעגירונג, נעמט אנטייל אין די בחירות, ער שיקט זיינע חסידים צו שטימן און זיך אנשליסן אין די פירערשאפט ביינאזאם מיט אנדערע פרומע חסידות'ן צו זיין א חלק פון די אגודת ישראל אפטיילונג פון די יהדות התורה פארטיי. בנוסף, איז ר' אהרן'ס ווייב מחונך געווארן אין בית יעקב שולע אין בני ברק, וואס פירט זיך טאקע לויט חסידישע מנהגים, אבער לערנט אויך אין עברית (אין ארץ ישראל, זייערע אסאך בית יעקב קלאס'ן לערנט מען בלויז אין עברית). די אלע אויוונדערמאנטע זאכן ברענגט צו א שטארקע חשד אין ר' אהרן פאזיציע איבער ציוניזם אין די אויגן פון א טייל סאטמארע וואס האלטן זיך פרומער. נאך די פטירה פון ר' משה טייטלבוים, א באריכטער פון די זאלונישע צייטונג, דער איד, האט קאמענטירט צו די דשערוזעלעם פאוסט אז "ר' אהרן איז נישט ראוי צו זיין דער קומענדיגער סאטמארע רבי ווייל ער האט געבראכן די סאטמארע תקנה קעגן רעדן עברית אינדערהיים... נאכן הסתלקות פון אונזער רבין וועלן מיר ווייטער פלאטערן די אנטי-ציוניזם פאן. דאס איז איינע פון אונזערע עיקר צילן".

זיינע חסידים, פון די אנדערע זייט, צייגן אן אז זייט ה'תש"מ, ווען זיין טאטע איז אויפגענומען געווארן צו ממלא מקום זיין ר' יואל טייטלבוים, איז ר' אהרן געווארן די מערסטע פראמינענסטע קול קעגן ציוניזם, סיי ביי אינערליכע אסיפות און סיי ביי דעמאנסטראציעס קעגן די מדינה אין ניו יארק און אין וואשינגטאן. זיין באקאנטע אנטי-ציוניזים דרשה ענהאלט א דרשה וואס ער האט געהאלטן אין בני ברק זומער ה'תשנ"ד, ווי ער האט ספעציפיש אויסגעברענגט די סאטמארע שיטה קעגן רעדן עברית. זיין טאטע האט אויך זיך געהאלטן ביי דעם אז די קשר מיט ר' אהרן'ס משפחה מיט אגודת ישראל וועט נישט אפשוואכן זיין אנטי-ציוניזם פאזיציע.

די רבנות אין קרית יואל

די אויפנאמע

אין ווינטער תשמ"ה איז ר' אהרן אויפגענומען געווארן אלס רב אין קרית יואל אויפן דירעקטן באפעל פון זיין טאטע, ר' משה. טייל אנאליסטן האלטן אז דער אוירזאך פון זיין טאטע אריין צו שטעלן ר' אהרן אין קרית יואל איז געווען צו פארשטערקערן זיין מאכט אין די שטעטל וואס איז געווען אנגעוואוירן צוליב די וואקסענעדע התנגדות קעגן איהם, בעיקר די עלעמענטן וואס זענען געווען אין מאכט אין די צייטן פון ר' יואל טייטלבוים, און האבן דאס פארלוירן נאכן הסתלקות פון ר' יואל. אט די קעגענערס האט מען אנגערופן רביצין מענטשן, צוליב דעם וואס זיי האבן זיך ארומגרופירט ארום די רביצין פון ר' יואל, מרת אלטא פיגא טייטלבוים, (טייל האבן אפי' געהאלטן אז די רביצין זעלבסט איז געווען קעגן ר' משה טייטלבוים, דאס איז אבער נישט קלאר).

די שונאים פון ר' אהרן ארגומענטירן אז באותו זמן וואס ער איז אויפגענומען געווארן אלס רב, זענען א גרויסע מערהייט איינוואוינערס פון די שטעטל געווען קעגן די התמנות. אבער דאס איז א זאך וואס קען נישט קלאר אויפגעוויזן ווערן צוליב וואס עס דעמאלטס נישט געווען קיין דירעקטע וואלן. אויך האלטן זיי אז די סאציאלע באנעמונג פון ר' אהרן איז זייער אומענטשליך, שלעכט און גרויסהאלטעריש.

די שטיצער פון ר' אהרן - וואס זענען אין אלגעמיין אויך געווען די שטארקע לויאלע חסידים פון ר' משה - ארגומענטירן אז די אוירזאך פון ר' משה צו שטעלן זיין זוהן אלס רב אין קרית יואל, איז צוליב די כשרונות פון ר' אהרן האלטנעדיג אז ער איז א טאלאנטפולער שטייפער מנהיג, זייער א פרומער, און א גרויסער מתמיד און תלמיד חכם. די אלע מעלות קוואליפיצירן איהם צו זיין רב אין קרית יואל. דורכאויס די יארן פלעגט אלס ר' משה ארויסווייזן זייער א גרויסע שעצונג צו זיין זוהן ר' אהרן.

בני יואל

(זעה הויפט ארטיקל בני יואל.)

פון די טאג וואס ר' אהרן איז געווארן רב אין קרית יואל, האט זיך צוביסלעך אנגעהויבן צו בויען אן אפעזיציע אין קרית יואל, קעגן איהם און קעגן זיין טאטע. עס זענען געווען קליינע אינצידענטן ווי די קעגענערס האבן פרובירט צו דערנידערן ר' אהרן, ווי למשל, אין איין פאל האבן מען אין א געוויסן פארטאגס אינטערגעצינדן זיין צימער ווי ער לערנט, ר' אהרן האט דעמאלטס געזאגט אז דאס האט זייער צובראכן זיין מוט, ווייל עס איז פארניכטעט געווארן פילע חידושי תורה וואס ער האט געשריבן פון זיין יוגנט.

אדר תשמ"ט האט דער סאטמאר רבי, ר' משה טייטלבוים, געהאלטן א דרשה ברבים ווי ער האט זייער שארפט פארדאמט די קעגענערס פון קרית יואל, דער הויכפונקט פון די דרשה איז געווען אז ער באפעלט פאר אלע זיינע חסידים אז ווען אימער מען זעהט איינע פון קעגנערס אין איינע פון די אנשטאלטן פון די קהלה אין קרית יואל, זאל מען שרייען אויף איהם שייגץ ארויס, מיינענדיג אז מען זאל זיי ארויסווארפן מיט כח. די דרשה ווערט אנגערופן עד היום די שייגץ ארויס דרשה. בערך אין יענע תקופה האבן די קעגנער עמטליך געגרינדעט זייער אייגענע אפעזיציע מוסדות אין קהלה אין קרית יואל, מיטן נאמען בני יואל. איינע פון די פראמינינטע פיגורן פון די אפעזיציע איז יוסף וואלדמאן. זינט דעמאלטס פלעגן רעגלמעסיג פארקומען געוואלדאטן און פיזישע אנגריפן צווישן די קעגענערס און חסידים פון די רבי און ר' אהרן.

עפרא לפומיה

די שערי חמלה פובליק סקול אין קרית יואל
הגדל
די שערי חמלה פובליק סקול אין קרית יואל

בערך אין יאר תשנ"ג איז אנשטאנען אן אנטוויקלונג אין קרית יואל, וואס פארנעמט א פראמינענטער ארט אין די היסטאריע פון ר' אהרן'ס רבנות אין קרית יואל. נעמליך די פרשה פון די "קרית יואל סקול דיסטריקט", אדער "שערי חמלה". די קרית יואל סקול דיסטריקט איז א רעגירונג געשטיצטע שולע אין קרית יואל פאר גייסטישע אדער פיזישע אינוואלידע קינדער וואס סערווירט לויטער פרומע אידן. די אמעריקאנער קאנסטיטוציע פארלאנגט אז די רעגירונג האט נישט קיין רעכט צו שטיצן קיין שום רעליגיע, עס רופט זיך די סעפעראטאציע פון קירכע און שטאַט, דעריבער האט דער געזעץ פארלאנגט אז אין אט די שולע טאר מען נישט לערנען קיין שום רעליגיעזע לימודים און עס טאר נישט אנהאלטן קיין שום רעליגיעזע שילדן אדער סימבאלן. דאס האט אויסגערופן א גרויסע קעגנערשאפט מצד מערערע רבנים פון די סאטמארע טיפ, אז אזא שולע איז קעגן די תורה און די הלכה אין מ'טאר עס נישט ווייטער אנהאלטן, ווייל עס איז קעגן די אמונה פון ג-ט. די מערסטע פראמינענטע רבנים זענען געווען, ר' רפאל בלום ז"ל קאשוי רב, ר' מרדכי האגער וויזניצער רבי פון מאנסי ניו יארק, און ר' יחזקאל ראטה דער קארלעסבורגער רב.

ווען די קרית יואל סקול דיסטריקט שטרייט האט זיך געקאכט, האט ר' אהרן געהאלטן פארשידענע רעדעס צו ערקלערן די אויסגעהאלטנקייט ע"פ הלכה פון די סקול דיסטריקט, ביי אט די רעדעס האט ר' אהרן אטאקירט פערזענליך די אלע רבנים מיט זייער שארפע און ביליגע אויסדריקן, איינע פון די היסטארישע רעדעס איז געווען ווען ער האט זיך אויסגעדריקט אויף ר' רפאל בלום מיט די ווערטער "עפרא לפומיה" (דאס מיינט אז מען זאל אנפילן די מויל מיט זאמד), דאס איז זייערע אן עקסטרעמע שארפע אויסדרוק וואס מען זאגט געווענליך נאר אויף גרויסע זינדיגערס. די שארפע אטאקעס האבן איהם פארפיינטעט אין די אויגן פון די חסידם פון די אטאקירטע רבנים, און אויך פילע סאטמארע חסידים האבן דעמאלטס געהאלטן אז דאס איז א באווייז אז ר' אהרן אין נישט ראוי צו זיין א פירער, ווייל ער רעדט אזוי חוצפה'דיג אויף עלטערע רעספעקטירטע רבנים.

פון די אנדערע זייט האבן די חסידים פון ר' אהרן און ר' משה געהאלטן אז ר' אהרן נעמט זיך אן פארן כבוד פון זיין טאטע ווייל די רבנים טוען גרינגשעצן אין זיין טאטע, וויבאלד זיי קימערן זיך נישט צו אנפרעגן זיין טאטע אדער ר' אהרן איבער די אויסגעהאלטנקייט פון די סקול דיסטריקט, וואס ר' משה געהאלטן אז עס איז א מצוה און א פליכט צו אנהאלטן און שטיצן, אויף אזוי ווייט אז ער ר' משה האט געזאגט ביי א געוויסע רעדע אז די סקול דיסטריקט וועט זיין א זכות פאר איהם אויף יענע וועלט ווייל ער העלפט אינוואלידע אידישע קינדער.

זינט דעמאלטס האט זיך פארמירט אין קרית יואל בפרט, און אין סאטמאר בכלל, צוויי שטארקע קעגן זייטיגע פראקציעס, איינס, די חסידים פון ר' אהרן און די אנדערע די שונאים. ביי ביידע צדדים זענען דא מענטשן וואס האלטן פון ר' אהרן פערזענליך גענצליך פארקערטע עקסטרעמע מיינונגען, צווישן די חסידים זענען דא א סאך וואס האלטן אז ער איז א א גרויסע צדיק אין א הייליגע איד גרעסער ווי זיין טאטע און ענדליך ווי זיין עלטער פעטער ר' יואל טייטלבוים, ווידער פון זיינע מתנגדים זענען דא וואס האלטן אז ער איז א גרויסער זינדיגער אזוי ווי שבתי צבי און איז א געפאר פאר אידישקייט ווייל ער פירט אראפ אידן פון די פרומע וועג.

די מחלוקה איבער ממלא מקום

בראשית

ר' אהרן אין א שמועס מיט זיין טאטע אין יאר תשמ"ט
הגדל
ר' אהרן אין א שמועס מיט זיין טאטע אין יאר תשמ"ט

ביזן יאר תשנ"ט, איז געווען די זיכערע אנגענומענע מיינונג צווישן סאטמארע חסידים, אז ר' אהרן גייט זיין דער צוקנופטיגער ממלא מקום פון זיין טאטע און אז ער גייט איבערנעמען די גאנצע סאטמארע אימפעריע נאך זיין טאטע'נס פטירה, צוליב ווארשיינליכע סיבות. איינס, ער איז דאך דער עלצטער זוהן, צוויי, אלס רב אין קרית יואל, האט ער פארנומען די העכסטע פאזיציע אין סאטמאר נאך זיין טאטע, דריטנס, עס איז נישט געווען קיין שום ערנסטע רעדע פון א צווייטע קאנדידאט. ועל כולם, דורכאויס די יארן פלעגט זיין טאטע שטענדיג ארויסווייזן א ספעציעלע שעצונג צו ר' אהרן און אנדייטן אז ער וויל אז נאר ר' אהרן זאל זיין זיין ממלא מקום.

אין יאר תשנ"ו איז דער רבי אריינגעפאלן אין שפיטאל און ער האט געמוזט דורכגיין אן אפעראציע אויף די נירן. איידער די אפעראציע האט דער רבי אריינגערופן אלע זיינע קינדער, יעדן באזונדער, און זיי באפוילן אז ער וויל אז ר' אהרן זאל זיין זיין נאכפאלגער און קיינער זאל נישט זיין קיין שטער קעגן איהם. אויך האט דער רבי אמאל זיך אויסגעדרוקט אז ער "איז בלויז א בריק צו זיין זוהן ר' אהרן", מיינענדיג צו זאגן אז ער איז לעולם נישט ראוי צו זיין דער ממלא מקום פון זיין פעטער ר' יואל אבער ר' אהרן איז יא ראוי, דעריבער איז ער א "בריק" צווישן ר' יואל און ר' אהרן.

געוויסע זאלונים ארגומענטירן אז די אלע מעשיות אז די רבי האט לכתחלה געוואלט ר' אהרן זאל זיין ממלא מקום איז סתם גאסען שמועס וואס די ארונים פארקויפען, און איז פאלש.

דער רבי'ס געזונט צושטאנד

אין יאר תשנ"ט האט דער צוקנופט פון ממלא מקום אין סאטמאר זייער פלוצלינג און דראמאטיש זיך געטוישט. עס איז פלוצלינג אריינגעקומען אין בילד א צווייטער קאנדידאט און א קאנקורענץ קעגן ר' אהרן. דאס איז דער דריטער זוהן פון רבי'ן, ר' זלמן לייב.

עס ווערן אנגעגעבן פארשידענע אוירזאכן און פאסירונגען וואס האבן זיך אנטוויקלט, וואס האט צושטאנד געברענגט צו די ערווארבונג פון ר' זלמן לייב אלס א קעגנער פון ר' אהרן. דאס ערשטע איז דער געזונט צושטאנד פון דער רבי, וואס האט צוביסלעך אנגעהויבן צו נאכלאזן און אפגעשוואכט ווערן, אנגעהויבן פון בערך דעם יאר תשנ"ו - תשנ"ז.

זינט בערך תשנ"ז האט דער רבי אויפגעהערט צו האלטן רעדעס אין די עפענטליכקייט, צוליב דעם וואס ער האט געהאלטן אין איין איבערזאגן זיינע זאצן נאכאמאל אין נאכאמאל, און דאס האט געברענגט א בזיון פאר איהם. אויך, ווי שפעטער אין די יארן, האט ער ווייניגער זיך געקענט קאנצעטרירן צו האלטן א שמועס מיט א מענטש, אין געוויסע צייטן פלעגט ער איבערפרעגן די זעלבע פראגעס. מיט דעם אלעם, די רעגלמעסיג רוטין פון וואס ער איז געווען געוואוינט פון אלס יוגנט האט ער יא געקענט פונקציאנירן אפי' אין די גאנץ לעצטע יארן, ווי למשל דאווענען פארן עמוד, אדער מסדר קידושין זיין און ענליכס.

איחוד התלמידים

פון ווען דער רבי'ס געזונט צו שטאנד האט אנגעהויבן צו נאכלאזן, איז דער רבי געווארן ווייניגער און ווייניגער אקטיוו, און דער מאכט איבער סאטמאר האט צוביסלעך אנגעהויבן צו אריבערגיין צו ר' אהרן. אין יענע תקופה איז געגרינדעט געווארן דער ארגענעזיציע, איחוד התלמידים, וואס דער ציל איז געווען צו פאראייניגן די סאטמארע חסידים, ספעציעל די אינגעלייט, ארום ר' אהרן און איהם אויפבויען. די ארגענעזאציע, פלעגט צו ארגענאזירן שבת התוועדות אין אלע סאטמארע צענטערן איבער די וועלט, ווי ר' אהרן פלעגט קומען צו פארן אין פראווען שבתים מיט סאטמארע אינגעלייט. אויך פלעגן זיי צישטעלן סאציאלע סערוויסעס פאר די מעמבערס, ווי למשל, ביליגע פסח פראדוקטן, כפרות, ארבע מינים, אין ענליכס.

קאלטע קריג מיט משה פרידמאן

ר' אהרן טרעפט זיך מיט זיין טאטע ביי א פדיון הבן, אין יאר תשס"א, איינס א האלב יאר נאך וואס די מחלוקה מיט ר' זלמן לייב האט אויסגעבראכן, דער גבאי, משה פרידמאן, שטייט אינדערמיט.
הגדל
ר' אהרן טרעפט זיך מיט זיין טאטע ביי א פדיון הבן, אין יאר תשס"א, איינס א האלב יאר נאך וואס די מחלוקה מיט ר' זלמן לייב האט אויסגעבראכן, דער גבאי, משה פרידמאן, שטייט אינדערמיט.

באותו זמן האט צוביסלעך אונטער די קוליסן זיך אנגעהויבן צו אנטוויקלען א קאלטע קריג צווישן ר' אהרן און דער רבי'ס הויפט גבאי, משה פרידמאן, אדער ווי מ'רופט איהם אין סאטמאר, "משה גבאי". דער גבאי איז אלס געווען דער נונטסטער מענטש צום רבי'ן. וואס דאס האט איהם אטאמאטיש געגעבן א שטארקע מאכט אין סאטמאר. אויך איז דער גבאי אנגענומען צו זיין א שטארק קוראזשפולער, עקשנות'דיג און כיטרע מענטש. דער סיבה וואס האט געברענגט צו דעם שטרייט איז נישט קלאר. די אהרונים ארגומענטירן אז עס איז פשוט געווען זיין פערזענליכער אינטערעסע, און זיין גליסטענישט נאך מאכט און געלט, ווייל ר' אהרן האט געפירט זיין ווירטשאפט מיט די אויסשליסונג פון דעם גבאי, וואס דאס האט פארדראסן דעם גבאי, אז זיין צוקנופטיגער מאכט ווערט דא אנגעוואוירן. די אהרונים באריכטן אז דער גבאי'ס נונטסטער קאנפידאנט און שותף, אליעזר קעסטנעבוים, האט אמאל זיך אויסגעדרוקט "אדער בין איך דער פילאט אדער וועט דער עראפלאן קראכן", מיינענדיגע צו זאגן אז אויב איז דער גבאי נישט אין מאכט, וועלן זיי אנווערן אלעס אויף דער וועלט און זיך נישט אפשטעלן פאר גארנישט, צו פארזיכערן זייער מאכט אין סאטמאר.

פון די אנדערע זייט ארגומענטירן די זאליס, אז דער גבאי איז בכלל נישט געווען באזארגט און עס האט איהם נישט אינטערסירט קיין מאכט און פירערשאפט. נאר די איגנאריזם און גרויסהאלטערישקייט פון ר' אהרן וואס האט איהם אזוי פארפיינפייטעט די אלע יארן ביי אזויפיל מענטשן אין סאטמאר האט דערגרייכט דעם גבאי מיט זיין שטאב. אזוי אז דער גבאי האט אנגעהויבן איינציזעהן אין די אומענטשליכע באנעמונג פון ר' אהרן. אויך ארגומעטירן די זאליס אז די פריצייטיגע רביסטעווע געפראוואכעטס און פירערשאפט פון ר' אהרן בשעת זיין טאטע לעבט נאך, האט אויך געטון פארדראסן דעם גבאי, ווייל דער גבאי האט געהאלטן אז עס איז א פחיתת הכבוד קעגן זיין טאטע. טייל זאליס גייען אזוי ווייט און עקסטרעם, און טענה'ן אז דער רבי זעלבסט האט אויך אנגהויבן צו שפירן א שלעכטן טעם אין ר' אהרן און אנגעהויבן צו איינזעהן אז ר' אהרן איז אפשר נישט דער בעסטער קאנדידאט אלס ממלא מקום. פארשטייט זיך אז דאס ווערט שטארק אפגעשלאגן פון די אהרונים, טענה'נדיג אז עס לייגט זיך נישט אויפן שכל אז דער רבי אויף דער עלטער, זאל זיך אזוי עקסטרעם אויסדרייען זיין מיינונג, אין דער צייט וואס עס האט גארנישט אויסערגעווענליך פאסירט וואס זאל דאס ציברענגן.

ר' אהרן אין וומ"ס

בערל פרידמאן, דער ראש הקהל פון די אהרונים קהלה, האט געהאט פארציילט אדר תשס"ו, ביי א געוויסע אהרונישע אסיפה, אז אין ווינטער תשנ"ט האט איהם דער רבי פערזענליך אנגערופן אויפן טעלעפאון, און געבעטן אז ער וויל אז ר' אהרן זאל אריבערקומען וואוינען אין וויליאמסבורג פאר געוויסע צייטן אין יאר איהם ארויסהעלפן מיט די הנהגה אין וומ"ס, אויך האט ער פארציילט אז תיכף נאך וואס דער רבי האט דאס פארלאנגט האט ער קאנפערירט מיט יעקב קאהאן, דער ראש הקהל פון די זאלונישע קהלה, און יעקב קאהאן האט איהם פארציילט אז דער רבי האט איהם אויך גערופן מיטן זעלבן פארלאנג, נאך פארציילט בערל פרידמאן, אז מ'האט שוין געהאט אויסגעארבעט מיט ר' אהרן זעלבסט אז ער גייט אריינקומען קיין וויליאמסבורג פאר איין מאל א וואך, און אויך אפאר שבתים דורך דעם ווינטער. די זאליס האבן עס דערווייל נאך נישט אפגעלייקנט.

די מחלוקה עקספלאדירט!

גאנץ אנהויב האט די קריג אויסגעקוקט צו זיין זייער שטיל און אומשעדליך, אויף אזוי ווייט אז עס זענען געווען אסאך מענטשן אין סאטמאר וואס זענען געווען אזוי נאיוו אז זיי האבן מיטאמאל געגלייבט אז עקזיסטירט אזא מחלוקה.

חוה"מ פסח תשנ"ט האט די מחלוקה עקספלאדירט אין די עפנטליכקייט מיטן גרעסטן אימפעט, און מיט ווייטגרייגעכנדיגע קאנצעקווענצן. דאס האט פאסירט ווען בערל פרידמאן מיט נאך מענטשן פון די קהלה, בעיקר ר' אהרן'ס חסידים מיט ר' אהרן זעלבסט, זענען אריינגעקומען צום רבי'ן חוה"מ אינדערפרי און פארגעשלאגן אז ר' אהרן איז גרייט אריינצוקומען וואוינען אין וויליאמסבורג און ארויסהעלפן זיין טאטע. צו די וואונדער אין שטוינונג פון די ראשי הקהלה איז דער רבי געווען זייער קאלט דערצו און אומ-אנטוזיאסטיש, אויף אזוי ווייט אז דער רבי האט פארגעהאלטן ר' אהרן אז ער איז דאך פארנומען מיט קרית יואל, טו ווי אזוי וועט ער קענען זיך קימערן מיט וויליאמסבורג, דער רבי האט זיך אפי' געוויצלט אז אפשר מיינט עס נישט ר' אהרן לשם שמים. למעשה האט דער רבי נישט אפען פראטעסטירט, און ער האט אפי' צום סוף אנגעוואונטשן אבער קאלטערהייט.

ר' אהרן'ס חסידים די ראשי הקהלה, האבן זיך נישט צו טאן געמאכט פון די קאלטע אנטווארט פון רבין און תיכף נאך דעם אסיפה ביים רבי'ןס שטוב האבן זיי אנאנסירט אז מ'האט עמטליך מכתיר געווען ר' אהרן אלס "רב הצעיר" אין סאטמאר בהסכמת דעם רבי'ן און ביינאכט גייט מען עס פראקלעמירן מיט פאמפע אינעם הויפט ביהמ"ד אויף ראדני סטריט אין וויליאמסבורג מיטן אנוועזענהייט פון דעם רבי'ן. ביינאכט האבן זיך איינגעזאלמעט א גרויסע געמיינדע סאטמארע אידן צום סאטמארן ביהמ"ד, צו בייוואוינען די קרוינונג פון ר' אהרן אלס רב הצעיר. צו אלעמענס שטוינונג איז דער רבי נישט אנגעקומען און דער עולם איז געזעצען אין געווארט, ביז דער שמש האט אנאנסירט אז דער אסיפה איז אנולירט און יעדער זאל אהיים גיין, און די גאנצע רב הצעיר'שאפט פון ר' אהרן איז גענצליך צופאלן.

צוויי חדשים שפעטער האט דער רבי מחליט געווען אז ער וויל אז ר' זלמן לייב זאל אריבער קומען פון ירושלים וואוינען אויף וויליאמסבורג, און ווערן דארט רב. דאס איז געווען א שאק פאר ר' אהרן'ס חסידים, ווייל די פאזיציע פון רב אין וומ"ס איז קלאר א העכערע פאזיציע ווי קרית יואל'ער רב.

עיקר שכחתי

פון ווען די מחלוקה האט אויסגעבראכן איז דער עיקר ארגומענט פון די אהרונים געווען אז די גבאים וואס זענען געשוואוירענע שונאים פון ר' אהרן, מאנאפעלירן און קאנטראלירן דעם רבי'ן, און פירן אלעס אויף זייער אייגענע באשלוסן.

איינע פון די אינצידענטן וואס האבן שטארק אנגעצייגט אויף דעם ארגומענט האט זיך אפגעשפילט ביים הכתרה צערעמאניע פון ר' זלמן לייב חשון תש"ס. דאמאלטס האט זיך דער רבי אויפגעשטעלט רעדן לכבוד המאורע, דער רבי האט גערעדט א שטיקל וויילע און גארנישט דערמאנט פון ר' זלמן לייב, דער עולם איז געזיצן געשפאנט ווארטענדיג ווען דער רבי גייט שוין רעדן פון די הכתרה, דער רבי האט געענדעגט רעדן אן דערמאנען א ווארט און זיך אראפגעזעצט. דער עולם מיט אלע רבנים האבן זיך אנגעקוקט איינער דער אנדערן מיט וואונדער און געפלעפט, נישט וויסן צו לאכן אדער וויינען. ביז דער גבאי איז צוגעגאנגן צום רבי'ן און עפעס אריינגעשעפשעט אין די אויער, און דער רבי האט זיך אויפגעשטעלט אויסרופענדיג "עיקר שכחתי!" (דער הויפט זאך האב איך פארגעסן) און ער האט אנגעוואונטשן ר' זלמן לייב.

אהבה מסתרת

באותו זמן, האבן רוב פון די רבי'ןס חסידים נישט מיט געשטאנען מיט ר' זלמן לייב, אדרבא, זיין זענען אלע געווען שטארק קעגן איהם. די אלע קעגנערס, ווי למשל בני יואל, האבן דא געזען א געלעגנהייט זיך צוריק אריינכאפן אין סאטמאר און אין די זעלבע צייט זיך נוקם זיין אין ר' אהרן מיט ר' משה. האבן זיי אלע זיך אנגעשלאסן ארום ר' זלמן לייב און איהם זייער שטארק געשטיצט. ר' זלמן לייב, וואס האט געדארפט זייער שטיצע, כדי זיך צו פארענטפערן פארוואס ער איז מקרב די אלע וואס האבן מצער געווען און זיך געשלאגן מיט זיין טאטען אלע יארן האט ער ביי איינע פון זיינע ערשטע דרשות, אונעם זאל פון קאנטינענטל, זיך אויסגעדריקט אז די אידן האבן לעולם אלס געהאט אן "אהבה מסתרת" צו סאטמאר ממילא דארף מען זיי מקרב זיין און צוריק העלפן בלייבן אין סאטמאר. א גרויס חלק פון די קעגנערס האבן זיך צוגעכאפט דערצו, אין זיי האבן זיך אנגעשלאסן מיט ר' זלמן לייב. פארשטייט זיך זיי זענען נישט געווארן קיין גלויביגערס אין ר' זלמן לייב פערזענליך, נאר אויף אזויפיל אז זיי האבן אקצעפטירט דעם אפענעם טיר וואס ר' זלמן לייב האט זיי געעפנט. דעריבער עד היום אין סאטמאר ווערן די בני יואל חסידי ר' זלמן לייב פארופון "אהבה מסתרת" חסידים, ע"ש די דרשה.

שלאכט איבער די קהלה פארמעגנס אין וויליאמסבורג

כסלו תשס"א האבן די אהרונים, אנגעפירט מיט ר' בערל פרידמאן, גערופן די זאליס צו די"ת איבער די אייגענטומערשאפט אויף די פארמעגנס פון די קהלה אין וויליאמסבורג, דערקלערנדיג זיך אלס די לעגיטימע אייגענטומערס. די קהלה אין וויליאמסבורג איז דער גרעסטער צענטער פון סאטמאר איבער די וועלט, די ווערד פון א אלע פארמעגנס ווערט געשאצט צו זיין בערך 500 מיליאן דאלאר. דאס רעכנט אריין אלע בתי מדרשים, תלמוד תורה, ישיבות, מיידעל שולעס, מקוואות, זומער קעמפס, מצה בעקעריי. למעשה האט מען זיך נישט געקענט פאראייניגן אויף א בי"ד בעיקר צוליב דעם וואס די זאליס האבן נאר געוואלט אז די סאטמארע דיינים זאלן פסקנען, און די אהרונים האבן נאר געוואלט אן אלגעמיינער ערפארענע בי"ד אדער א זבל"א.

די אהרונים זעהנדיג אז מ'קען זיך נישט פאראייניגן מיט א בי"ד, זענען זיי אב תשס"א אריין אין סעקולער געריכט פארלאנגען די בעלות אויף די פארמעגן, למעשה האבן זיי קיינמאל מצליח געווען אין די זאליס זענען געבליבן מיט די אנפירערעשאפט.

דורכאויס די גאנצע צייט פון די די"ת און געריכט האבן די זאליס געהאלט אז דאס גיין צו די די"ת אדער אין געריכט, איז א פערזענליכע זינד און א ווידערשפענונג פון ר' אהרן זעלבסט קעגן זיין טאטע, ווייל זיינע שטיצער פרובירן צו שטערן די רצון פון זיין טאטע אז ר' זלמן לייב זאל זיין רב. אויך איז ער עובר אויפן זינד פון ערכאות.

די אהרונים טענה'ן אז די זאליס טראגן דעם זינד ווייל זיי אנטזאגן זיך פון זיך שטעלן צו די"ת, וואס הייסט א מסרב לדין, וויבאלד יעדע מחלוקה ביי פרומע אידן מוז נאר געשליכטעט ווערן נאר ביי אן אלגעמיינער ערפארענע אומפארטייאישער בי"ד, נישט קיין באפעלן פון דער רבי'ס גבאים אדער מחאות פון דיינים, און קיין שום מחלוקה איז נישט קיין אויסנאם, זאל עס זיין קעגן משה רבינו.

די פארמעגנס אין אנדערע סאטמארע לאקאלן

אין די זעלבע צייט איז און די צוויי אנדערע גרעסטע סאטמארע צענטערן, קרית יואל און בארא פארק אויך אנגעגאנגען רענגלערייען איבער די אייגענטימערשאפט. לויט טייל אנאליסטן זענען די ווערד פון פארמעגנס אין די צוויי צענטערן מער ווערד ווי וויליאמסבורג.

אין קרית יואל בנוסף צו די קהלה פארמעגנס איז דארט דא א פאליטישע רעגירונג וואס באשטייט פון א מאיאר און 4 טראסטיס.

אין ביידע צענטערן האבן די אהרונים די פולע קאנטראל.

אין קרית יואל ווי די רעגירונג ווערט באשטימט דורך וואלן, די ערשטע מאל וואס עס איז פארגעהאלטן וואלן זינט די מחלוקה, איז עס געווען זייער היציג די קאמפיין, אבער אלע זאליס פארלוירן, און די גאנצע רעגירונג איז לויטער אהרונים.

אין בארא פארק האבן די זאליס, סיון תשס"ו גערופן צו די"ת די אהרונים, און בערך די זעלבע צייט אריין אין געריכט, אבער זענען דורכגעפאלן אין געריכט און די אהרונים זענען די פירערס.

אין ארץ ישראל ווי בני ברק איז דער גרעסטער סאטמארע צענטער, זענען די אהרונים בעה"ב, טראץ סוקסעסן מצד די זאלונים אין די ישראל'ישע געריכט, זענען זיי געצווינגען געווען צו אנולירן די תביעות, צוליב דרוק פון די ביד"צ פון די עדה החרדית. און ירושלים, וואס איז בערך האלב ווי בני ברק זענען די זאליס בעה"ב.

די איבעריגע צענטערן זענען אדער אומקלאר און אומבאשטימט, אדער זענען זיי מינדערוויכטיג.

אין וויליאמסבורג און אין קרית יואל האבן די אהרונים אין זאליס געעפנט נייע שפלינטער מוסדות.

די אומ-ערשיינונג פון רבי'ן צו שמחות און מסיבות

ר' אהרן טייטלבוים מיט זיין טאטע אין יאר תשס"ד ביי די שידוך שליסן פון זיין עלצטע אייניקל, רויזא בלומא
הגדל
ר' אהרן טייטלבוים מיט זיין טאטע אין יאר תשס"ד ביי די שידוך שליסן פון זיין עלצטע אייניקל, רויזא בלומא

איינע פון די מערסטע דראמאטישע אין קריאזע פאסירונגען פון די מחלוקה איז געווען די אומערשיינונג פון רבי'ן צו שמחות און מסיבות. איינע פון די ערשטע מאל וואס עס האט פאסירט איז געווען אלול תש"ס ווען ר' מענדל טייטלבוים, דער עלצטער זוהן פון ר' אהרן, האט בר מצוה געמאכט זיין זוהן. עס איז געווען דער ערשטער בר מצוה אור אייניקל פון רבי'ן. יענעם שבת האט ר' מענדל געדאווענט צוזאמען מיטן רבי'ן אין וויליאמסבורג, ווי מען פירט זיך אז דער בר מצוה בחור איז עולה לתורה, אבער וויבאלד דער גבאי האט קאנטראלירט די עליות האט דער בר מצוה בחור נישט באקומען קיין עלי', און צום סוף ביי מפטיר איז געווען געשלעגרייען.

זייט די מחלוקה איז דער רבי נישט געקומען צו קיין שמחות פון דריי קינדער, ר' אהרן, א זוהן ר' שלום אליעזר און אויך צי ר' בעריש מייזליש אן איידעם.

אויך יעדע דינער וואס איז געווען פאר א מוסד אינטער די הערשאפט פון ר' אהרן איז דער רבי נישט געקומען, ווי למשל בארא פארק אין קרית יואל.

אויך ווען די אויוונדערמאנטע קינדער און אייניקלעך האבן געוואלט באזוכן פערזענליך דעם רבי'ן צו אינדערהיים אדער אין שפיטאל האבן זיי אלס געדארפט אויסשטייט טשעפערייען און רדיפות פון די גבאים.

ביי יעדע שמחה האט ר' אהרן זיך אפגרעדט און געוויינט אז מ'לאזט נישט זיין טאטען זיך באטייליגן צו שמחות.

די זאליס טענה'ן אבער אז דאס אלעס איז זיך ר' אהרן אליין שולדיג ווייל ער האט געווידערשפעניגט אין זיין טאטע מיטן גיין אין געריכט, און עס ווענד זיך נאר אין איהם אז זיין טאטע זאל זיך באטייליגן, אויב ער גייט ארויס פון געריכט.

אויך טוען די זאליס אנמערקען אז ר' אהרן איז געווען דער ערשטער צו פירן פאליטיק מיט שמחות, ווי זיי געבען אן א געשיכטע אז ער האט אין יאר תשנ"ח נישט געלאזט זיין טאטע'ן גיין צי די בר מצוה פון זיין אייניקעל ר' ליפא די זוהן פון זיין ברודער ר' זלמן לייב ווען ר' זלמן לייב איז געווען רב אין ירושלים, ר' אהרן האט נאך דעמאלטס געהאט געהעריגע צוטריט ביי זיין טאטע'ן אין שטוב, זיין טאטע האט שוין געהאט ציגעזאגט פאר זיין אייניקעל און פאר זיין זוהן אז ער גייט פארען צי די בר מצוה, די קהילה אין ירושלים האט זיך שוין געגרייט דערצו, איז ר' אהרן ספעציעל אראפגעפארען קיין פלארידע ווי זיין טאטע איז דעמאלטס געווען אויף אפרי און ער האט אנגעדרייט אלע וועגן אז זיין טאטע זאל נישט פארן און ער האט דעמאלטץ אויסגעפירט און זיין טאטע איז נישט געפארען. דעריבער, ארגומענטירן די זאליס, אז עס איז פארשטענדליך אז דאס האט אים צירוקגעקלאפט שפעטער ווען ער האט פארלוירען די צוטריט צו זיין טאטע'ן אין שטוב.

די אהרונים זאגן אז די מעשה איז פאלש און אומאקוראט, נאר אדרבא זיי געבן אן א פארקערטע געשיכטע, ווען ר' זלמן לייב האט חתונה געמאכט איינע פון זיינע קינדער אין וויליאמסבורג האט זיין רביצין וואס איז פון א בני יואל'שע משפחה, איר ברודער איז הרב מאיר שפיץ אן אויסגערופענער בני יואל, האט זי אנגעדרייט אז זיין קינד זאל נישט גיין זיך לאזן בענטשן פונעם זיידען די סאטמאר רבי, אינעם טאג פון די חופה, צוליב וואס דער רבי האט געטשעפעט איר ברודער, דער רבי האט דאס זייער באנג געטאן און האט געסטראשעט אז ער גייט נישט צו די חתונה. איז דעמאלטס ר' אהרן אריין צו זיין טאטען און זיך געבעטן בתחנונים אז ער זאל קומען צו די חופה, און בארואיגט זיין געוויסן.

די זאליס לייקענען די מעשה.

די איין איינציגע מאל וואס דער רבי האט זיך באטייליגט ביי א שמחה פון ר' אהרן'ס משפחה איז געווען ביי די שידוך שליסונג פון זיין ערשטע אייניקל די טאכטער פון זיין זוהן ר' מענדל. די שמחה איז געפראוועט געווארן ביים רבי'ן אינדערהיים מיטן באטיילגונג פון בלויז די משפחה. דער גבאי איז נישט געווען אינעם אנוועזענהייט. דעמאלטס האבן די אהרונים פובליצירט בילדער ווי דער רבי איז זייער פריינטליך צו ר' אהרן, צו צייגן פאר די וועלט אז דער רבי האט גארנישט פערזענליך קעגן ר' אהרן.

נאכן פטירה פון רבין

די צוואות

דער צוואה פון די זאליס וואס זיי זאגן אז ר' משה טייטלבוים האט אין יאר תשס"ב אונטערגעשריבן אז ר' זלמן לייב טייטלבוים זאל זיין זיין נאכפאלגער אין וויליאמסבורג
הגדל
דער צוואה פון די זאליס וואס זיי זאגן אז ר' משה טייטלבוים האט אין יאר תשס"ב אונטערגעשריבן אז ר' זלמן לייב טייטלבוים זאל זיין זיין נאכפאלגער אין וויליאמסבורג

תיכף נאך די פטירה פון דעם פריערדיגן רבי ז"ל, ניסן תשס"ו, האבן די חסידים פון ביידע זייטן פראקלאמירט אז זייער אויסדערוועלטער רבי, איז לויט די צוואה פון ר' משה טייטלבוים דער ממלא מקום פון זיין טאטע. צום ערשט האבן די אהרונים געזאגט אז זיי האבן א צוואה בעל פה, פון יאר תשנ"ו, ווי דער רבי האט איבערגעגעבן די הנהגה פאר ר' אהרן, דאס איז שפעטער אנאנסירט געווארן דורך ר' הירצקא צוויבל, דער ראש הכולל פון דער סאטמארער כולל אויף קליימער סטריט, וואס לויט זיין עדות'שאפט איז ער געווען דער איש מיהאמן, מיט וועם דער רבי האט זיך דורכגעשמועסט האקעלע און וויכטיגע עדות'שאפטן. רב צוויבל האט פארגעליינט די צוואה ברבים ביי א גרויסע כינוס פון אהרונים אין וויליאמסבורג. די עדותשאפט איז שפעטער קאראבארירט געווארן ביי מערערע יחידים, ר' ארי' לייב גלאנץ און ר' ישרא' חיים הורוויץ, דער סאטמארע רב אין מאנטשעסטער. פון די אנדערע זייט, אן עפענטליכער פארליינונג פון א שפעטערע ווערסיע פון די צוואה, טוט באשטעטיגן אז ר' משה האט בוחר געווען ר' זלמן לייב צו זיין זיין נאכפאלגער. די אהרונים שלאגן דאס אפ זאגענדיג אז עס איז זייער שטארק מעגליך אז דער רבי האט געליטן פון נאכווייען פון די אלצהיימערס מחלה בשעת ער האט דאס אינטערגעשריבן, און אויך אז ער איז פארפירט געווארן מיט געוואלד דורך זיינע גבאים, בפרטיות ר' משה פרידמאן. אויך געבן זיי צו אז די תשנ"ו צוואה טוט באשטעטיגן אז אלע נאכפאלגענדע ווערסיע'ס פון א צוואה זאל נישט האבן קיין שום תוקף, ווייל ר' משה טייטלבוים (דאמאלטס אכציג יאר אלט) האט געהאלטן - לויט די אהרונים - בשיטה אז איינער העכער אכציג יאר איז מער נישט ראוי צו טוישן א צוואה, ווי אזוי דער רבי האט געהאלטן ע"פ הלכה.

די אנגעבליכער נייערע צוואה, פון תשס"ב, איז פארגליינט געווארן ביי די הכתרה פון ר' זלמן לייב אין דעם רבי'נס הויז אין וויליאמסבורג, כ"ח ניסן נאכמיטאג, (צוויי טאג נאך די פטירה). ר' זלמן לייב האט שפעטער באקומען די שטיצע פון די סאטמארע בי"ד אין וויליאמסבורג, וואס האבן אלע מסכים געווען צו די פארגעליינטע צוואה און האבן איהם געקרוינט אלס דער לעגיטימער ממלא מקום. די אהרונים צייגן אן אז דער אזוי גערופענער "בי"ד פון וויליאמבורג" איז קיין בי"ד נישט און איז בלױז געגרינדעט געװארן פאר פאליטישע צװעקן צו קענען פארשטארקן ר׳ זלמן לייב׳ס פּאזיציע אז ס׳זאל אױסזען לעגיטים , ממילא איז דאס קיין שום חידוש, און עס ווערט נישט פארעכנט אלס אטוריטעטיוו ביי אלע סאטמארע חסידים. ר' אהרן מיט זיינע חסידים האלטן זיך אבער פעסט ביי זייער פאזיציע אפי' נאך די הכתרה פון ר' זלמן לייב, דערקלערנדיג "די צוואה פון די רבי טוט נישט באשליסן ווער דער נאכפאלגער זאל זיין. נאר די סאטמארע ראשי הקהלה קען מאכן די החלטה. דאס איז ווי אזוי דער רבי זעלבסט איז אויסגעוועלט געווארן. און דאס איז ווי אזוי זיין נאכפאלגער וועט אויסגעוועלט ווערן." ביידע צדדים האבן מודיע געווען אז זיי וועלן אריינגעבן נאך לעגאלע פארלאנגען אין די ניו יארקער געריכט.

די ערשטע שבת

ר' אהרן טייטלבוים מיט זיינע חסידים און וויליאמסבורג דעס ערשטן שבת נאך די פטירה פון זיין טאטע און א פריוויזארישן שאטער
הגדל
ר' אהרן טייטלבוים מיט זיינע חסידים און וויליאמסבורג דעס ערשטן שבת נאך די פטירה פון זיין טאטע און א פריוויזארישן שאטער

ר' אהרן האט פארברענגט דעם ערשטן שבת נאכן פטירה פון זיין פאטער אין וויליאמסבורג, אויפשטעלנדיג א פריוויזארישער שאטער אין א שפיל-פלאץ פון א לאקאלער פאבליק-סקול. טייל אנאליסטן מאכן השערות אז דער שריט איז א צייכן אז ר' אהרן פלאנט צו פארברענגען מער און מער צייט אין וויליאמסבורג כדי צו אויסאיבן מער דרוק אויף זיין ברודער ר' זלמן לייב, און זיך בויען מער חסידים אין ר' זלמן לייב'ס טעריטאריע. אנדערע טוען כאראקטיזירן דעם שריט אלס א "SHOW DOWN" דאס מיינט צו ווייזן פארן פאבליק זייער ציבור און כח, בפרט ר' אהרן, מיטן אריינקומן מיט א מאכט אין זיין ברודער'ס טעריטאריע מיט מאסן חסידים פון קרית יואל און וויליאמסבורג.

זיינע חסידים

ר' אהרן איז היינט די גרעסטע חסידישע רבי און אמעריקע, און מעגליך אויף די וועלט, וואס ציילן זיך און די צענדליגע טויזענטער.

די טיפישע חסידים פון ר' אהרן זענען אין אלגעמיין די לויאלע חסידים פון זיין טאטע, וואס האבן זיך אלס געהאלטן געטריי צו זיין טאטע און איהם דורכאויס די אלע מחלוקת קעגן בני יואל און זייערע שטיצער. אויך האלטן זיי ר' אהרן פערזענליך פאר א גרויסע צדיק ווי זיי אייסערן זיך און זיינע תורות אין אויפירונג און קוויטלען זיך.

די זאליס ארגומענטירן אז זיי זענען א גרעסערע חסידות, וואס איז מעגליך גערעכט אין א געוויסן זין, אבער דער טיפישער זאלי איז נישט קיין חסיד פון ר' זלמן לייב זעלבסט, ער איז בלויז א סימפאטיקער, ווייל ער נעמט א שטארקע שטעלונג אין די מחלוקה, אבער ער האלט נישט ר' זלמן לייב פאר א צדיק, קוויטעלט זיך נישט ביי איהם, גייט נישט צו זיינע רוחניות'דיגע פארברענגען, אויף אזוי ווייט אז א גרויס חלק פון די זאליס טיען גרינגשעצן מיט שפאס אויף ר' זלמן לייב, אבער צוליב די פיינטשאפט קעגן ר' אהרן שטיצן זיי איהם, און פרובירן איהם צו הייבן.


די געוועזן:
הרב משה טייטלבוים זצ"ל
ברך משה
אדמורי סאטמאר די קומענדיק:
--

דערויסענדיגע לינק

אין אַנדערע שפראַכן

Static Wikipedia (no images)

aa - ab - af - ak - als - am - an - ang - ar - arc - as - ast - av - ay - az - ba - bar - bat_smg - bcl - be - be_x_old - bg - bh - bi - bm - bn - bo - bpy - br - bs - bug - bxr - ca - cbk_zam - cdo - ce - ceb - ch - cho - chr - chy - co - cr - crh - cs - csb - cu - cv - cy - da - de - diq - dsb - dv - dz - ee - el - eml - en - eo - es - et - eu - ext - fa - ff - fi - fiu_vro - fj - fo - fr - frp - fur - fy - ga - gan - gd - gl - glk - gn - got - gu - gv - ha - hak - haw - he - hi - hif - ho - hr - hsb - ht - hu - hy - hz - ia - id - ie - ig - ii - ik - ilo - io - is - it - iu - ja - jbo - jv - ka - kaa - kab - kg - ki - kj - kk - kl - km - kn - ko - kr - ks - ksh - ku - kv - kw - ky - la - lad - lb - lbe - lg - li - lij - lmo - ln - lo - lt - lv - map_bms - mdf - mg - mh - mi - mk - ml - mn - mo - mr - mt - mus - my - myv - mzn - na - nah - nap - nds - nds_nl - ne - new - ng - nl - nn - no - nov - nrm - nv - ny - oc - om - or - os - pa - pag - pam - pap - pdc - pi - pih - pl - pms - ps - pt - qu - quality - rm - rmy - rn - ro - roa_rup - roa_tara - ru - rw - sa - sah - sc - scn - sco - sd - se - sg - sh - si - simple - sk - sl - sm - sn - so - sr - srn - ss - st - stq - su - sv - sw - szl - ta - te - tet - tg - th - ti - tk - tl - tlh - tn - to - tpi - tr - ts - tt - tum - tw - ty - udm - ug - uk - ur - uz - ve - vec - vi - vls - vo - wa - war - wo - wuu - xal - xh - yi - yo - za - zea - zh - zh_classical - zh_min_nan - zh_yue - zu -

Static Wikipedia 2007 (no images)

aa - ab - af - ak - als - am - an - ang - ar - arc - as - ast - av - ay - az - ba - bar - bat_smg - bcl - be - be_x_old - bg - bh - bi - bm - bn - bo - bpy - br - bs - bug - bxr - ca - cbk_zam - cdo - ce - ceb - ch - cho - chr - chy - co - cr - crh - cs - csb - cu - cv - cy - da - de - diq - dsb - dv - dz - ee - el - eml - en - eo - es - et - eu - ext - fa - ff - fi - fiu_vro - fj - fo - fr - frp - fur - fy - ga - gan - gd - gl - glk - gn - got - gu - gv - ha - hak - haw - he - hi - hif - ho - hr - hsb - ht - hu - hy - hz - ia - id - ie - ig - ii - ik - ilo - io - is - it - iu - ja - jbo - jv - ka - kaa - kab - kg - ki - kj - kk - kl - km - kn - ko - kr - ks - ksh - ku - kv - kw - ky - la - lad - lb - lbe - lg - li - lij - lmo - ln - lo - lt - lv - map_bms - mdf - mg - mh - mi - mk - ml - mn - mo - mr - mt - mus - my - myv - mzn - na - nah - nap - nds - nds_nl - ne - new - ng - nl - nn - no - nov - nrm - nv - ny - oc - om - or - os - pa - pag - pam - pap - pdc - pi - pih - pl - pms - ps - pt - qu - quality - rm - rmy - rn - ro - roa_rup - roa_tara - ru - rw - sa - sah - sc - scn - sco - sd - se - sg - sh - si - simple - sk - sl - sm - sn - so - sr - srn - ss - st - stq - su - sv - sw - szl - ta - te - tet - tg - th - ti - tk - tl - tlh - tn - to - tpi - tr - ts - tt - tum - tw - ty - udm - ug - uk - ur - uz - ve - vec - vi - vls - vo - wa - war - wo - wuu - xal - xh - yi - yo - za - zea - zh - zh_classical - zh_min_nan - zh_yue - zu -

Static Wikipedia 2006 (no images)

aa - ab - af - ak - als - am - an - ang - ar - arc - as - ast - av - ay - az - ba - bar - bat_smg - bcl - be - be_x_old - bg - bh - bi - bm - bn - bo - bpy - br - bs - bug - bxr - ca - cbk_zam - cdo - ce - ceb - ch - cho - chr - chy - co - cr - crh - cs - csb - cu - cv - cy - da - de - diq - dsb - dv - dz - ee - el - eml - eo - es - et - eu - ext - fa - ff - fi - fiu_vro - fj - fo - fr - frp - fur - fy - ga - gan - gd - gl - glk - gn - got - gu - gv - ha - hak - haw - he - hi - hif - ho - hr - hsb - ht - hu - hy - hz - ia - id - ie - ig - ii - ik - ilo - io - is - it - iu - ja - jbo - jv - ka - kaa - kab - kg - ki - kj - kk - kl - km - kn - ko - kr - ks - ksh - ku - kv - kw - ky - la - lad - lb - lbe - lg - li - lij - lmo - ln - lo - lt - lv - map_bms - mdf - mg - mh - mi - mk - ml - mn - mo - mr - mt - mus - my - myv - mzn - na - nah - nap - nds - nds_nl - ne - new - ng - nl - nn - no - nov - nrm - nv - ny - oc - om - or - os - pa - pag - pam - pap - pdc - pi - pih - pl - pms - ps - pt - qu - quality - rm - rmy - rn - ro - roa_rup - roa_tara - ru - rw - sa - sah - sc - scn - sco - sd - se - sg - sh - si - simple - sk - sl - sm - sn - so - sr - srn - ss - st - stq - su - sv - sw - szl - ta - te - tet - tg - th - ti - tk - tl - tlh - tn - to - tpi - tr - ts - tt - tum - tw - ty - udm - ug - uk - ur - uz - ve - vec - vi - vls - vo - wa - war - wo - wuu - xal - xh - yi - yo - za - zea - zh - zh_classical - zh_min_nan - zh_yue - zu

Static Wikipedia February 2008 (no images)

aa - ab - af - ak - als - am - an - ang - ar - arc - as - ast - av - ay - az - ba - bar - bat_smg - bcl - be - be_x_old - bg - bh - bi - bm - bn - bo - bpy - br - bs - bug - bxr - ca - cbk_zam - cdo - ce - ceb - ch - cho - chr - chy - co - cr - crh - cs - csb - cu - cv - cy - da - de - diq - dsb - dv - dz - ee - el - eml - en - eo - es - et - eu - ext - fa - ff - fi - fiu_vro - fj - fo - fr - frp - fur - fy - ga - gan - gd - gl - glk - gn - got - gu - gv - ha - hak - haw - he - hi - hif - ho - hr - hsb - ht - hu - hy - hz - ia - id - ie - ig - ii - ik - ilo - io - is - it - iu - ja - jbo - jv - ka - kaa - kab - kg - ki - kj - kk - kl - km - kn - ko - kr - ks - ksh - ku - kv - kw - ky - la - lad - lb - lbe - lg - li - lij - lmo - ln - lo - lt - lv - map_bms - mdf - mg - mh - mi - mk - ml - mn - mo - mr - mt - mus - my - myv - mzn - na - nah - nap - nds - nds_nl - ne - new - ng - nl - nn - no - nov - nrm - nv - ny - oc - om - or - os - pa - pag - pam - pap - pdc - pi - pih - pl - pms - ps - pt - qu - quality - rm - rmy - rn - ro - roa_rup - roa_tara - ru - rw - sa - sah - sc - scn - sco - sd - se - sg - sh - si - simple - sk - sl - sm - sn - so - sr - srn - ss - st - stq - su - sv - sw - szl - ta - te - tet - tg - th - ti - tk - tl - tlh - tn - to - tpi - tr - ts - tt - tum - tw - ty - udm - ug - uk - ur - uz - ve - vec - vi - vls - vo - wa - war - wo - wuu - xal - xh - yi - yo - za - zea - zh - zh_classical - zh_min_nan - zh_yue - zu